רבי מנחם מענדל רובין זצ"ל (ה'תקס"ו - א' ר"ח אלול ה'תרל"ג), רב אין גלאגאוו.

אפשטאםרעדאַקטירן

רבי מנחם מענדל איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ו, צו זיין פאטער הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת רייצא א טאכטער פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.

רבנותרעדאַקטירן

רבי מנחם מענדל איז געווען עטליכע יאר אין אפטא ביי זיין שווער, פון יאר ה'תר"ה איז ער געווען רב אין גלאגאוו.

הסתלקותרעדאַקטירן

רבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן א' ר"ח אלול ה'תרל"ג.

פאמיליערעדאַקטירן

רבי מנחם מענדל האט געהייראט מרת חוה אסתר א טאכטער פון הרב מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם יצחק רובין הי"ד, פון חיראוו.

רעפערענצןרעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר