רבי ישכר בלויגרונד זצ"ל (ה'תר"ל - ה'ת"ש), רב אין קאלוואריע

רבי ישכר איז געבוירן אין לימאנאוו אין יאר ה'תר"ל (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב הגביר זושא בלויגרונד פון לימאנאוו.

נאך זיין חתונה האט רבי ישכר געוואוינט אין שינאווא, דארט איז ער געווען דער שרייבער פון זיין עלטער-שווער הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב. אין יאר ה'תרנ"ז איז ער אויפגענומען געווארן רב אין קאלוואריע, דער שינאווער רב איז מיטגעפארן צו זיין באקרוינונג.

רבי ישכר איז נפטר געווארן אין יאר ה'ת"ש און ליגט אין קראקא.

רבי ישכר האט געהייראט מרת אסתר גיטל א טאכטער פון הרב אלעזר בינדיגער, אן איידעם פונעם שינאווער רב. זייערע קינדער:

  • מרת מאטיל לאה, די ווייב פון הרב יוסף בירנבוים הי"ד.
  • מרת רייזל פעריל, ( - כ"ה כסלו ה'תשל"א) די ווייב פון הרב יוסף שמואל פרענקל פון קרית צאנז
    • הרב יחזקאל שרגא פרענקל פון רמת גן, ארויסגעבער פון ספר דברי יחזקאל החדש.
  • מרת זיסל, די ווייב פון הרב יחיאל וויינבערג, א זון פון הרב דוב בעריש וויינבערג.
  • הרב נפתלי אלימלך בלויגרונד, פון לאדזש.
  • מרת חנה, די ווייב פון הרב משה גראסס א זון פון הרב רפאל גראסס רב אין בערבעשט.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר