ראפשיץ
Ropczyce
ראפשיצער בירגערמייסטערס ביורא
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע 13טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 50°5′10″N 21°38′0″E / 50.08611°N 21.63333°E / 50.08611; 21.63333קאארדינאטן: 50°5′10″N 21°38′0″E / 50.08611°N 21.63333°E / 50.08611; 21.63333
ראַיאָן אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט
דיסטריקט ראפשיץ-שענדישאוו פאוויאט
בירגערמייסטער באלעסלאוו בואיאַק
שטח 47 קוואדראט ק"מ
הייך 240 מעטער

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

15,098‏  (שטייענדיג 2009)
550 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2
http://www.ropczyce.umig.gov.pl

ראפשיץ (פּויליש: Ropczyce; דײַטש: Ropschitze) איז א שטעטל אינעם טאל פונעם וויעלאפאלקע טייך אין דער אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט אין דרום־מזרח פוילן, 27 קילאמעטער מערב פון ריישע און 45 קילאמעטער מזרח פון טארנע. ראפשיץ איז די הויפטשטאט פונעם ראפשיץ-שענדישאווער פאוויאט.

נאכן שפאלטן פון פוילן ביזן ערשטן וועלט קריג איז דאס געווען אין מערב גאליציע.

אין 1880 איז די יידישע באפעלקערונג פון ראפשיץ געווען 1,156 און אין 1910 איז זי געווען 1,069.‏[1]

היסטאריע

רעדאַקטירן

ראפשיץ איז געווארן א שטאט דעם 3טן מערץ 1362, ווען דער פוילישער מלך, קאזימיר דער גרויסער האט עס געגעבן שטאט רעכטן.

אין 1564 האבן פיר יידישע משפחות (בערך 30 פארזשוין) געוואוינט אין ראפשיץ. אין סוף פונעם 18טן יארהונדערט איז ראפשיץ געווארן א צענטער פון חסידות ווען רבי נפתלי צבי הורוויץ האט זיך באזעצט אין דער שטאט און אויפגענומען דאס רבנות. בסוף ימיו האט ער זיך געצויגן קיין לאנצהוט, און זיין איידעם רבי אשר ישעיה רובין האט איבערגענומען די רביסטעווע אין ראפשיץ.

ראפשיץ האט געהאט א חשובע יידישע קהילה ביז דער צווייטער וועלט מלחמה.

רבנים פון ראפשיץ

רעדאַקטירן

טראנספארט

רעדאַקטירן

ראפשיץ איז פלאצירט אויף דעם הויפט E40 מזרח־מערב שאסיי.

דער נענטסטער פליפארט איז ריישע-יאסיאנקע פליפארט, 35 ק"מ מערב פון ראפשיץ.

  ראפשיץ האט א באן סטאנציע אויף דער הויפט מזרח־מערב רוטע, ליניע 91.

צווילינג שטעט

רעדאַקטירן

ראפשיץ האט די פאלגנדע צווילינג שטעט און שטעטלעך:

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. "ראפשיץ", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)