אמשינאוו (הויף)
דאס אמשינאווער חסידות שטאמט פון ווארקא. דער ערשטער אמשינאווער רבי איז געווען רבי יעקב דוד קאליש, א זון פון רבי ישראל יצחק קאליש, דער אלטער ווארקער רבי, און רב פון אמשינאוו אין קאנגרעס פוילן.
היסטאריע
רעדאַקטירןדער אלטער ווארקער רבי, רבי ישראל יצחק פון ווארקא, איז אין אנהויב געווען א תלמיד פון רבי דוד לעלאווער (תק"ו-תקע"ד), א תלמיד פונעם רבי׳ן פון לובלין; שפעטער איז רבי יצחק געווארן א חסיד פונעם רבי'ן רבי בונם פון פרשיסחא.
נאך דער פטירה פונעם אלטער ווארקער רבי׳ן, האט זיין יונגערער זון רבי מנחם מענדל, דער יונגער ווארקער רבי, האט איבערגענומען זיין טאטנ'ס פלאץ, און דער עלטערער ברודער, רבי יעקב דוד קאליש, האט געעפענט זיין אייגענעם הויף אין שטעטל אמשינאוו. ער איז נפטר געווארן ה'תרל"ח אין מעראַן, איטאליע, און זיין זון רבי מנחם האט איבערגענומען זיין פלאץ.
נאך רבי מנחם'ס פטירה אין תרע"ח איז זיין בכור רבי יוסף, איידעם פון רבי חיים אלעזר וואקס, געווארן רבי אין אמשינאוו. ער האט געפירט די רביסטעווע 18 יאר ביז זיין פטירה ג׳ שבט תרצ״ו. זיינע זין זענען געווען:
- רבי יעקב דוד האט געדינט ווי אב בית דין אין זשירארדאוו לעבן ווארשע. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי שלמה יאסקאוויטש, איידעם פונעם אמרי אמת פון גער. נאך זיין פאטער׳ס פטירה אין תרצ"ו האט מען אים באקרוינט אמשינאווער רבי און ער איז געווען רב פון ביידע קהילות. ווען די דייטשן האבן איינגענומען פוילן איז ער אנטלאפן אין ווארשע, וואו ער האט זיך באהאלטן צוויי יאר. ער איז נפטר געווארן אין דער ווארשעווער געטא ווינטער תש"ב און מ׳האט אים באערדיקט לעבן זיין זיידן און פאטער אין דעם ווארשעווער בית עולם. די נאציס האבן דערמארדעט זיין גאנצע משפחה.
- רבי יצחק פון אמשינאוו - פאראייניגטע שטאטן, האט מצליח געווען זיך צו אנטלויפן אין ווילנע און פון דארט ווייטער קיין יאפאן מיט זיין פעטער, רבי שמעון שלום. נאך זיין פעטער׳ס פטירה האט ער צוריק אויפגעשטעלט דעם הויף אין אמעריקע אין וויליאמסבורג, ברוקלין און שפעטער אין בארא פארק. ער איז נפטר געווארן י"ט אדר תשנ"ג. מען האט געפירט זיין ארון צו קבורה אין דעם אלטן בית עולם פון טבריה. נאך זיין פטירה זענען א סך פון זיינע חסידים געוואנדן צו רבי יעקב אריה, אמשינאווער רבי אין ירושלים.
- רבי יוסף קאליש זון רבי יצחק. איז געווארן דעם ממלא מקום אין די פאראייניגטע שטאטן. ער האט ארויסגעגעבן דאס ספר "זרע יצחק" על התורה ועל המועדים פון זיין פאטער׳ס תורה.
- רבי מנחם קאליש זון פון רבי יוסף. איז געווארן דעם ממלא מקום אין די פאראייניגטע שטאטן.
- רבי יוסף קאליש זון רבי יצחק. איז געווארן דעם ממלא מקום אין די פאראייניגטע שטאטן. ער האט ארויסגעגעבן דאס ספר "זרע יצחק" על התורה ועל המועדים פון זיין פאטער׳ס תורה.
דער צווייטער זון פון רבי מנחם, רבי שמעון שלום, איז געווארן רבי אין אטוואצק. ווען די ישיבה בחורים פון מיר, קלעצק, ראדין און נאווהארדאק זענען אנטלאפן פון פוילן קיין יאפאן און שאנכיי אין דער צווייטער וועלט מלחמה איז רבי שמעון שלום געווען איינער פון די פירערס וואס האבן געפועלט אדורכצופירן דאס ענין. אונטער די יאפאנער האבן געוואוינט אין שאנכיי 26,000 יידן.
רבי ירחמיאל יהודה מאיר קאליש (1901-1976) פון אמשינאוו, רבי שמעון שלום'ס א זון, איז געבוירן געווארן אין פשיסכע, פוילן. ער האט געלערנט תורה ביי זיין זיידן , רבי מנחם פון אמשינאוו.
באקאנטע חסידים
- הרב אלכסנדר זושא פרידמאן, מחבר פונעם ספר "מעיינה של תורה"
- הרב ישראל יצחק פיעקרסקי, ראש ישיבה פון תומכי תמימים אין ניו יארק
אמשינאווער ייחוס
רעדאַקטירן
|
וועבלינק
רעדאַקטירן