מנחם קאליש (ב)
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם אמשינאווער רבי׳ן אין אמעריקע. טאמער זוכט איר דעם אמשינאווער רבי׳ן אין פוילן, זעט מנחם קאליש.
רבי מנחם קאליש איז דער אמשינאווער רבי אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן צו רבי יוסף קאליש פון אמשינאוו און צו מרת חיה, טאכטער פון רבי אליהו שטערנבוך פון אנטווערפן.
ער האט אסאך קונה געווען פון זיין זיידן רבי יצחק קאליש פון אמשינאוו.
רבי מנחם איז אן איידעם ביי רבי נתן דוד ראזנבוים, זוטשקער רבי.
נאך זיין טאטנ'ס פטירה אין ניסן תש"פ איז ער אויף גענומען געווארן צו זיין דער נייער אמשינאווער רבי.
דער רבי שליט"א איז אויך דער מנהל רוחני פון "טל תורה" ישיבה אין בני ברק.
דברי תורה
רעדאַקטירןזיינע תורות ווערן געשריבען און ווערן געדרוקט כסדר יעדע וואך, אזוי אויך זענען געדרוקט געווארן ספרים פון זיינע תורות, אויף חמשה חומשי תורה און מועדים.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- ספר דברי תורה, בראשית, מכ"ק מרן אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א