יעקב דוד קאליש
רבי יעקב דוד קאליש זצ"ל (ה'תקע"ד - ד' כסליו ה'תרל"ח) דער ערשטער אמשינאווער רבי.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי יעקב דוד איז געבוירן אין זשאריק אין יאר ה'תקע"ד, צו זיין פאטער הרב ישראל יצחק קאליש רבי אין ווארקע, באקאנט אלס "רבי איציקל ווארקער". און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב מאיר פון זשאריק.
רבנות
רעדאַקטירןרבי יעקב דוד איז געווען רב אין גער, דערנאך איז ער געווען רב אנדערט־האלב יאר אין פרשיסחא. אין תקצ"ח בערך איז ער געווארן רב אין אמשינאוו, וואו ער האט געהאלטן דאס רבנות פערציק יאר. אין יאר ה'תר"ט, נאך דער פטירה פון הרב שרגא פייוול דאנציגער פון גריצא, דער רבי פון די ווארקער חסידים נאך דעם אלטן ווארקער רבי'ן, האט רבי יעקב דוד אנגעהויבן צו פירן זיין רביסטעווע אין אמשינאוו.
די גזירה אויף די בארד און פיאות
רעדאַקטירןווען די רוסן האבן גוזר געווען אז יידן דארפן אפשערן די בארד און פיאות, איז רבי יעקב דוד געגאנגען צוזאמען מיט הרב אליהו חיים מייזל, דעמאלסט לאמזשער רב, צום פוילישן אדלמאן בערג, וואס איז געווען דער הערשער פון ווארשע אונטער דער רוסישער רעגירונג. אונטערוועגס האט רבי יעקב דוד געזאגט, "טאמער דער הערשער וועט צו אונז רעדן דייטשיש און נישט רוסיש, איז דאס א סימן אז השי"ת וועט געבן אונז הצלחה."
הסתלקות
רעדאַקטירןפאמיליע
רעדאַקטירןאין יאר ה'תקצ"ו האט רבי יעקב דוד געהייראט מרת שרה לאה , א טאכטער פון הרב שלמה צוקערניק פון פארצעוו. זייערע קינדער:
- מרת חיה פייגא, די ווייב פון הרב ירחמיאל יהודה מאיר ראבינאוויטש.
נאך דער פטירה פון זיין ערשטען זיווג אין יאר ה'תרי"ח, האט רבי יעקב דוד געהייראט בזיווג שני מרת חיה, א טאכטער פון הרב יעקב פון זארנאווצע. זייערע קינדער:
- הרב מנחם קאליש (ה'תר"ך - ט"ז כסלו ה'תרע"ח), דער צווייטער אמשינאווער רבי
- הרב ישעיה קאליש, דער פרשיסחער רבי
- הרב ירמיה קאליש, דער אפאלער רבי
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפרענצען
רעדאַקטירן- שבת בשבתו, נומער 941 (ב' כסלו תשע"ג), רבי יעקב דוד מאמשינוב
פֿריערדיגער: ערשטער |
אמשינאווער רבי תר"ט - תרל"ח |
נאָכפֿאלגער: רבי מנחם קאליש |