יצחק קאליש

אמשינאווער רבי אין אמעריקע
(אַריבערגעפֿירט פון יצחק קאליש (אמשינאוו))

רבי יצחק קאַליש (תר״פ, 1920 - י"ט אייר תשנ"ג, 1993) איז געווען דער אַמשינאָווער רבי אין אמעריקע.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן צו רבי יוסף קאליש, אמשינאווער רבי און צו זיין מוטער, די טאכטער פון רבי חיים אלעזר וואקס, מחבר פון שוֹ״ת "נפש חיה". ער האט געהייראט די טאכטער פון הרב יוסף לאנדא פון סטריקאוו. ביים ערשטן וועלטס קריג איז ער אַנטלאָפֿן מיט זיין פעטער רבי שמעון שלום צו ווילנע און פֿון דאָרט קיין שאַנכיי און צו אמעריקע.

ער האט אויפגעשטעלט דעם הויף ווידער אין אמעריקע, אין וויליאמסבורג. אין ניסן תשכ"ד האט ער זיך געצויגן קיין באָראָ פּאַרק. ער האט געפירט די מנהגים פון וואָרקאע-אַמשינאָוו, און געווען באוואוסט מיט זיין אהבת ישראל.

נאך זיין פטירה איז זיין אָרון געבראכט געוואָרן צו קבורה אין דעם אלטן בית עולם אין טבריה .

מען האָט באקרוינט זיין זון רבי יוסף צו זיין דעם ממלא מקום.

אסאך פון זיינע נאכפאלגער האבן אימיגרירט קיין ישראל און זענען געווארן פארבונדן מיט הרב יעקב אריה מיליקאווסקי, דער אמשינאווער רבי אין ירושלים. זיי גייען ווייטער צוזאַמען מיט דעם זון פון הרב יוסף פון דער אמעריקע, רבי מנחם קאליש, אין א גרופע מיטן נאמען "זרע יצחק".

זיינע קינדער

רעדאַקטירן

זיין זון, רבי יוסף, איז געווען זיין ממלא מקום. ער האט געהייראט מרת חיה די טאכטער פון הרב אליהו שטערנבוך. זיין זון הרב מנחם איז אן איידעם פון רבי נתן דוד ראזענבוים, אדמו"ר פון זוטשקא;

זיין טאכטער האט געהייראט רבי ישראל ערנסטער, זון פון רבי משה ערנסטער, און אן אייניקל פון רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ.