רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש (ה'תקע"ט - ט"ז סיון ה'תרכ"ח), באקאנט אלס דער יונגער ווארקער רבי, האט געפירט רביסטעווע אין ווארקע ניינצן יאר. ער איז אויך געווען באקאנט אלס "שותק", ער פלעג לאנג שווייגן און ווען ער האט שוין גערעדט איז עס געווען קורץ און שארף.

מרדכי מנחם מענדל קאליש
געבורט 1819 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 6 יוני 1868 (אלט 49 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישער בית עולם אין ווארשע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

רבי מרדכי מנחם מענדל איז געבוירן אין זשאריק אין יאר ה'תקע"ט צו זיין פאטער רבי ישראל יצחק קאליש שפעטער באקאנט אלס "דער אלטער ווארקער רבי". און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב מאיר פון זשאריק.

דורך אויס די הנהגה פון זיין פאטער האט ער געפירט א חבורה פון ספיציעלע בני עליה וועלכעהאט זיך גערופן די "לייב גווארדיע", אויף זיין אייגנארטיגע מהלך אין עבודת ה', צווישן די גווארדיע האט זיך געציילט רבי בעריש ביאלער, רבי יחיאל פון אלעקסאנדער, דער ישמח ישראל, און נאך.

נאכן הסתלקות פון זיין פאטער אחרון של פסח ה'תר"ט, רבי ישראל יצחק, האבן די ווארקער חסידים אויפגענומען רבי שרגא פייוול דאנציגער פון גריצע אלס רבי, א האלב יאר שפעטער שמיני עצרת ה'תר"ט נאך דער פטירה פון רבי שרגא פייוויל איז רבי מרדכי מנחם מענדל אויפגענומען געווארן אלס ווארקער רבי. ער פלעגט פירן לאנגע טישן, אמאל זעקס שעה. ביי זיינע טישן זענען געקומען זעקס טויזנט חסידים.[1]

דער יונגער ווארקער רבי איז געווען נאנט מיט זיין טאטע'ס ידיד דער קאצקער רבי.

נאך זיין פטירה זענען רוב חסידים אריבער צו זיין תלמיד רבי בעריש ביאלער. א טייל חסידים זענען געבליבן אין ווארקע ביי זיין זון רבי שמחה בונים פון ווארקע וואס האט שפעטער געוואוינט אין אטוואצק.

רבי מרדכי מנחם מענדל איז נפטר געווארן אין ווארשע ט"ז סיון ה'תרכ"ח, און ער ליגט אין דעם ווארקער אוהל אין דעם גענשא בית החיים, דריטער גאס.

רבי מרדכי מנחם מענדל האב געהייראט מרת חיה. זייערע קינדער:

  • מרת שרה העניא די ווייב פון הרב יעקב יהודה טענענבוים פון נאדערזין
  • מרת יוטא די ווייב פון הרב נחמיה פון ווארקע

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. שבת בשבתו בהעלתך תש"ע (אנטווערפן)