יעקב דוד קאליש (דער צווייטער)
רבי יעקב דוד קאליש הי"ד (תרס"ח - תש"ב) איז געווען דער לעצטער אמשינאווער רבי אין פוילן.
ער איז געווען א זון פון רבי יוסף פון אמשינאוו.
הר"ר יעקב דוד האט חתונה געהאט מיט בריינדל יאסקאוויטש, אן אייניקל פון רבי אברהם מרדכי אלטער פון גער.
אין יאר תרצ"ו נאך זיין טאטן'ס פטירה רבי יוסף האט ער איבערגענומען ווערנדיג דער אמשינאווער רבי, ער איז געווען באוואוסט אין מקרב זיין יעדן איד אפילו פרייע.
ווען די נאציס האבן אינוואדירט פוילן, איז ער אנטלאפן אין ווארשע, וואו ער האט זיך באהאלטן אין א בוידעם. פון דארטן האט ער ווייטער געפירט זיינע חסידים. אבער די צרות האבן אים אויסגעמוטשעט און ער איז נפטר געווארן אין תש"ב. זיין ווייב און זיינע קינדער זענען אלע אומגעקומען דורך די נאציס.