בצלאל יאיר דאנציגער
רבי בצלאל יאיר דאנציגער ( כ"ה אדר ה'תרכ"ה - כ"ה אדר ה'תרצ"ד) איז געווען א זון פון רבי יחיאל דאנציגער דער אלטער רבי פון אלעקסאנדער, און א ברודער פון דער ישמח ישראל און דער תפארת שמואל, און דער שווער פון דער אמונת משה.
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןער איז געבוירן אין דער שטעטל טורטשין אין וואהלין (היינט אוקראינע) צו רבי יחיאל דנציגער, דער ממלא מקום פון רבי דוב בעריש פון ביאלע וועלכער איז געווען דער ממלא מקום פון רבי מנחם מענדל דער יונגער ווארקער רבי, און רבי יצחק דער אלטער ווארקער רבי. ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון דער באקאנטער אלעקסאנדער חסיד רבי צבי הירש טהיבערג פון פלאוואנע (באקאנט אלס רבי הערשל פלאוונער). נאך זיין פאטער'ס פטירה האט ער זיך שטארק אנגעבינדן אין זיין עלטערער ברודער דער ישמח ישראל.
נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער געבליבן וואינען אין לאדזש און דארט האט ער אנגעפירט מיט איינע פון די אלעקסאנדער שטיבלעך ווי ער פלעגט איבערזאגן די תורות וואס ער האט געהערט פון זיין ברודער דער ישמח ישראל.
ער איז באערדיגט געווארן אין די אוהל פון די אלעקסאנדער רבי'ס אין שטאט אלעקסאנדער.
נאך די צווייטן וועלט מלחמה, אין וועלכן זיין פּלומעניק (זון פון זיין ברודער דער תפאת שמואל) דער עקידת יצחק וועלכער איז געווען דער פערדער רבי אין די אלעקסאנדער דינאסטיע, איז אומגעקומען האבן די חסידים די שארית הפליטה אויפגענומען זיין איידעם רבי יהודה משה דאנציגער דער אמונת משה צו איבערנעמען די הנהגה.
קינדער
רעדאַקטירן- זיין איידעם, דער אמונת משה דער פינפטער אלעקסאנדער רבי.
- זיין זון, רבי אברהם יהדה'לע דאנציגער, וועלכע האט איבערגענומען זיין ארט נאך זיין פטירה.
- זיין זון, רבי יחיאל
- זיין איידעם, רבי מרדכי מנחם קאליש פון ווארקא (אייניקל פון רבי שמחה בונים קאליש).
- זיין איידעם, רבי יצחק חיים דוד הלוי דעמבינסקי, זון פון זיין פלומעניק רבי פייוול שלום, אדמו"ר אין שטאט מאקאוו.
- זיין איידעם, רבי ישראל אלימלך פרומער פון ראדום.