ישראל הורוויץ (בארניוו)
רבי ישראל הורוויץ זצ"ל (ה'תקע"ד - ר"ח ניסן ה'תר"ל), רב אין בארניוו.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי ישראל'יש איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ד, צו זיין פאטער הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק, באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הנגיד הרב יחיאל איכל רויזנפעלד פון ראווא-רוסקא.
רבנות
רעדאַקטירןרבי ישראל'יש איז אויפגענומען געווארן אלס ערשטער רב אין בארניוו, ס'איז געווען א שטאט פון בני תורה. כאטש ער איז געווען באוואוסט אלס געוואלדיגער בעל מופת, א בעל מקובל און א הייליגער מענטש, דאך האט ער נישט געוואלט פירן קיין רביסטעווע, און ער האט פארטריבן די וואס זענען געקומען זיך פראוון ביי אים. ער האט געלערנט מיט אויסגעצייכענטע בחורים, און ער האט איינגעפירט אז יעדן שבת זאל זאגן איינער פון די בחורים א פילפול.
הסתלקות
רעדאַקטירןפאמיליע
רעדאַקטירןאין יאר ה'תקפ"ח האט רבי ישראל'יש געהייראט בזיווג ראשון מרת יוכבד א טאכטער פון הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו, א זון פון אהבת שלום פון קאסאוו.
בזיווג שני האט רבי ישראל'יש געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ (דער ערשטער), רב אין לינסק. זייערע צוויי קינדער:
- הרב אברהם שמחה הורוויץ (ה'תר"ו - ט"ו אדר א' ה'תרע"ו), ממלא מקום פון פאטער, רב אין בארניוו.
- די ווייב בזיווג ראשון פון הרב צבי הירש האלבערשטאם (ה'תר"י - ט"ו מנחם אב ה'תרע"ח), רב אין רודניק.
בזיווג שלישי האט רבי ישראל'יש געהייראט די אלמנה פון הרב דוד לעזער פון טארנא.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר