וויניצע
|
וויניצע (אוקראיניש: Ві́нниця וויניציאַ; רוסיש: Ви́нница וויניצאַ; פּויליש: Winnica; ענגליש: Vynnitsia; דײַטש: Winniza) איז א שטאט אין מערב-צענטראל-אוקראינע אויף די ברעגן פונעם דרום בוג, וואס געפינט זיך אומגעפער 200 ק״מ דרום־מערב פון קיעוו.
וויניצע איז די הויפטשטאט פון דער וויניצער גובערניע, און די גרעסטע שטאט אינעם היסטארישן ראיאן פאדאליע.
געשיכטע
רעדאַקטירןדי שטאָט איז געגרינדעט געווארן אינעם 14טער יארהונדערט אין דער גרויס-הערצאגשאפט פון ליטע. פון 1569 ביז 1793 איז די שטאט געווען א טייל פון פוילן אחוץ פון א קורצער תקופה פון 1672 ביז 1699 ווען זי איז געווען א טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע.
ביים רוסישן צענזוס אין 1897, האט וויניצע געהאט א באפעלקערונג פון 30,563 און איז געווען די דריט־גרעסטע שטאט אין פאדאליע, נאך קאמעניץ און אומאן.
יידישע היסטאריע פון וויניצע
רעדאַקטירןיידן האבן זיך באזעצט אין וויניצע אינעם 16טן יארהונדערט. אין 1648 האבן די קאזאקן איינגענומען די שטאט. אלע יידן האבן נישט געזדאנזשעט אנטלויפן פון דער שטאט האבן זיי געמארדעט.
אין 1900 האבן געוואוינט אין וויניצע 11,689 אידן.[1]
נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה זענען יידן צוריקגעקומען צו דער שטאט. אין 1959 האבן געוואוינט אין וויניצע 19,500 יידן, 16% פון דער באפעלקערונג.
צווילינג שטעט
רעדאַקטירן- קעלץ, פּוילן
- פיטערבארא, ענגלאנד, פאראייניגטע קעניגרייך
- בירמינגהאם, אלאבאמא, פאַראייניקטע שטאַטן
- ריבניץ, מאלדאווע
- בורסע, טערקיי
- בת ים, ישראל
- פאנאוועזש, ליטע
רעפערענצן
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירן