װיקיפּעדיע:יידיש וויקיפעדיע אין די מעדיע
רשימה פון אלע דערמאנונגען פון דער יידישער וויקיפעדיע אין די מעדיע
פארווערטס
רעדאַקטירן- דער אידישיסט שלום בערגער שרייבט א באריכט איבער דער אידישער וויקיפעדיע פארן פארווערטס. רעדט זיך אפ אז דאס איז א חרדי-פעדיע ווי די גאנצע אידישע שפראך וואס בלויז חרדים רעדן, און אז מיר האבן בלויז דא נישט מער ווי הונדערט באזוכער איבערן משך פון א חודש. [1]
- יידישיסטישער שרייבער פארן פארווערטס גענאדי עסטרייך בהאנדלט ווי אזוי חרדים שרייבן יידיש און נוצט די יידישע וויקיפעדיע אלס אַ באווייז. (אַן איבערלעבונג פֿון אַ דערפֿאַרונג - די שפּראַך פֿון חסידישער בעלעטריסטיק)
ארץ ישראל'דיגע פרעסע
רעדאַקטירן- פינאנציאלער צייטונג אין ארץ ישראל די מארקער פארציילט וויאזוי א שרייבער האט געמאכט אויף זיך זעלבסט ארטיקלן אין אלע וויקיפעדיע'ס, און איז געווארן אויסגעמעקט אחוץ אין יידישער וויקיפעדיע וואס עס בלייבט שטיין. איתמר הענדעלמאן בן כנען. [2]
- אינטערנעטס אידישע פארטאל וויינעט; וואס דינט פאר די גרעסטע אידישע טאג-צייטונג ידיעות אחרונות אלס זייער וועב סייט באשרייבט דעם אידישן וויקיפעדיע אלס דער חשובסטער וועב סייט פאר טראדיציאנאלע אידן, איבערהויפט די נייעס און אקטועלע אפדעיטס פון הויפט זייט וואס דעקט אלעס אויף די וועלט איבערהויפט אידישקייט אינטערעסע. דערנאך רעכענן זיי אויס נאך פארשידענע אינטערסאנטע וועב סייטס. [3]
אינטערנעט שמועס זייטלעך
רעדאַקטירן- יידישע וויקיפעדיע דעבאטירט אין דער יידישער אינטערנעט ספערע!
- חדשות אנש, (א פארמאכטע פארום) קריטיקירט די פרייהייט וואס הערשט דא! אז יעדער איינער קען ענדערן און פארעכטן. (חדשות אנש)
- אהרונישער פארמאכטער הייד פארק שמועס גרופע כל העולם כולו איז ווילד ברוגז איבער די אידישע וויקיפעדיע פראיעקט צוליב די נייעס וואס איז לויט זיי מער זאלי געשטימט; און זיי מאכן גילוי אויפצודעקן די פריוואטקייט אידענטיטעט פון ווער עס שרייבט דא, די הויפט טענות וואס זיי שרייבן ארויס אפען, איז ווי פאלגענד:
- מיר זענען פיל מיט ניבול פה;
- מען זאל נישט געבן קיין שום אטענשאן פארן אידישער וויקיפעדיע ווייל קיינער שרייבט נישט און ליינט נישט דארטן, בלויז איין איינציגער באנוצער מיט נאמען באנוצער:אבישי;
- מיר זענען איין גרויסער זאלי;
- מיר זענען גייסטיש קראנק;
- קיינעם אינטערעסירט נישט די אידישע וויקיפעדיע עס איז איינפאך אויסגעשפילט און דער פותח האשכול וויל אביסל פובליסיטי וואס ער איז מסתמה באנוצער:אבישי;
- - לויט איינעם האבן מיר דא רעגלמעסיג א באנוצער וואס איז גאר א גרויסער זשורנאליסט פון די אידישע צייטונגען (נעמען אויסגעמעקט אין רויט). [4]
- ארונישע הייד פארק פארום כל העולם כולו צייכנט אן די וויקעפעדיע אידישע גבירים ליסטע אלץ א ליסטע וואס: מען קען זיך הארגענן פאר געלעכטער... און אז דזשעי נעט זאל דאס בלאקירן... (כל העולם כולו)
אידישיסטישע אינטערנעט זייטלעך
רעדאַקטירן- שלום בערגער קריטיקירט וויקיפעדיע אז די שרייבער קוקן נישט אריין אין קיין ביכער בעפארן שרייבן. (שלום בערגער)
- תפוז אידיש באנוצער רעגט זיך אויף די האלבעטע ליגענטס, לשון הרע, און עמי הארצות וואס ווערט דא געשריבן. (תפוז)
- דער בלאגער ר' שלום בערגער איז פויל צו ענדערן אבער האט טענות אויף דער יידישער וויקיפעדיע פארוואס מען מעלדט די נייעס אבער ר' זשאו ליבערמאן נייע שטארקע פאליטישער כוח זייענדיג א זעלבסטשטענדיגער ערוויילטער סענאטור אין א כמעט אייניג צעטיילטער סענאט צווישן 50 לינקע און 49 רעכטע פארטייאישע פאליטיקער. אויך האט ער טענות פארוואס מען שרייבט דעם תורה טערמין פון תועבה, אויף די געיז שטאלץ פאראדע. [5]