ארוינים

קלענערע טייל פון סאטמאר חסידים
(אַריבערגעפֿירט פון אהרוני)

אכטונג: יעדער ארטיקל פון וויקיפעדיע ווערט געשריבן נייטראל.
נישט מישן קיין פערזענליכע מיינונגען! אויב באמערקט איר נישט ריכטיגע שפראך אדער פאקטן, פילט אחריות דאס צו ענדערן.


אַרוינים זײַנען די חסידים פון רבי אהרן טייטלבוים דער עלצטער זון פון רבי משה טייטלבוים בעל ברך משה פון סאטמאר זצ"ל.

זיי זענען געשוואוירענע אנהענגער פון רבי אהרן טייטלבוים, און שטיצן אים אלס דער אפיציעלער ממשיך דרכו פון סאטמאר אדמו"רות, נאכן טאטן'ס שטארבן. לויט וואס זיי טענה'ן עס איז א "צוואה" איבערגעגעבן בעל פה דורך עטליכע מענטשן ווי ער באפעלט אז מען זאל נישט גלייבן זיינע צוואות בכתב. טראץ דעם וואס זיינע קעגנער באשולדיגן אים מיט א שלעכטקייט אדער טיפשות היסטאריע, ווערט עס דורך זיי שארף אפגעלייקנט.

סיבה

דער לאיאלער פארברענטע עקשנות איז אויסגעפארעמט געווארן אין פייער פון מחלוקת וואס האט געבוזשעוועט דורכאויס די לעצעט דרייסיג יאר, אפילו בחייו פון ערשטן סאטמאר רבי. וואס מ'האט גערודף'ט רבי משה טייטלבוים אז ער איז נישט גענוג פרום, און אז ער איז זיך משדך מיט א אגודה'סט. פון דארטן איז מען געגאנגען צו פלייש פרשה, צום קאשוי רב'ס כסדר'דיגע קריטיק, און צום סקול דיסטריקט פרשה און אזוי ווייטער צענדליגע קאנטראווערסיעס וואס די חסידים זענען געווען אויסגעטיילט צו בושות און קריטיק צו פארענטפערן און זיך שלאגן פאר די הנהגה.

ווער זענען זיי?

דער טיפישער "ארויני" איז אפשר נארמאל און באשיידן, אבער עס איז זיכער דא א מיעוט וואס זענען פארביסענע שלעגער וואס האבן זיך געשלאגן און דיריגירט אנדערע פאר די פארטיי אינטערעסן די לעצטע 27 יאר און אזא מענטש איז געוויינליך נישט קיין רואיגער, וואולער, אדער סאלידער, אפילו אזוי בלייבן זיי מיט נאמנות צו זייער פלאץ.

וויפיל?

אפילו לויט זייערע גרעסטע שונאים, ציילן זיך די ארוינים אין די צענדליגער טויזנטער. טראצדעם וואס משה גבאי האט נישט געלאזט דעם אלטן טאטן רבי משה טייטלבוים קומען צו די חתונות פון ר' אהרן, האבן זיך דארט באטייליגט טויזענטער מענטשן, אריינגערעכנט איבער טויזנט געסט פון דער גאנצער וועלט.

זעה אויך

וועבלינקען