תל אביבער אוניווערסיטעט
(אַריבערגעפֿירט פון תּל־אבֿיבֿער אוניװערסיטעט)
תל אביבער אוניווערסיטעט | ||
גרינדונג דאטע: | 1956 | |
פרעזידענט: | פראפ' יוסף קלפטר | |
וויצע-פרעזידענט: | פראפ' יואב הניס פראפ' רענן ריין עמוס אלעד | |
רעקטאר: | פראפ' ירון עוז | |
מנכ"ל: | מרדכי כהן | |
מאנשאפט: | 1,847 | |
סטודענטן: | 30,373 (2013) | |
סטודענטן פאר ערשטן דיפלאם: | 15,715 (2013) | |
סטודענטן פאר צווייטן דיפלאם: | 11,577 (2013) | |
סטודענטן פאר דריטן דיפלאם: | 2,270 (2013) | |
לאקאציע: | תל אביב | |
קאמפוס: | רמת אביב | |
היימבלאט: | www.tau.ac.il |
קאארדינאטן: 32°06′50″N 34°48′15″E / 32.11389°N 34.80417°E
דער תל אביבער אוניווערסיטעט איז דער גרעסטער אוניווערסיטעט אין ישראל. אין 2013 האבן דארט שטודירט 30 טויזנט סטודענטן. ער איז געגרינדעט געווארן דעם 6טן יוני 1956.
אין תל-אביב אוניווערסיטעט איז טעטיק די פאלגנדערע ניין פאקולטעטן:
- פינקטלעכע וויסנשאפטן
- אינזשעניריע
- נאטור-וויסנשאפטן
- סאציאלע-וויסנשאפטן
- אדמיניסטראציע
- גייסט וויסנשאפטן
- יוריספרודענץ
- קונסט
- מעדיצין
דער קאמפוס פונעם אוניווערסיטעט געפינט זיך אין רמת אביב אין צפון תל אביב.
באקאנטע תלמידים
רעדאַקטירן- אלוף בן, הויפט רעדאקטאר פון "הארץ"
- שמשון בראקמאן, אלימפישער מאטראס
- אריה אלדד, געוועזן א כנסת דעפוטאט
- ארי פאלמאן, פילם-מאכער, רעזשיסאר פון "וואלס מיט באשיר"
- טל פרידמאן, קאמיקער, אקטיאר און מוזיקער
- בעני גאנץ, כנסת דעפוטאט און געוועזן דער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל
- רון חולדאי, איצטיקער בירגערמייסטער פון תל אביב
- אתגר קרת, שרייבער
- מאני מאשאנאוו, אקטיאר און קאמיקער
- יצחק מרדכי, געוועזן דער זיכערהייטס און טראנספארטאציע מיניסטער פון ישראל
- חיים רמון, געוועזן דער געזונטהייט און יוסטיץ מיניסטער פון ישראל
- אילן רמון (1954 - 2003), ערשטער ישראלדיקער אסטראנויט
- איילת שקד, געוועזן די יוסטיץ מיניסטערין פון ישראל
- אריאל שרון (1928 - 2014), געוועזן פרעמיער מיניסטער פון ישראל
- נתן יונתן (1923 - 2004), דיכטער
- גלעד צוקערמאן, לינגוויסט, שפראכן-אויפלעבער, מומחה אויף דער יידישער און העברעישער שפראך, קולטור און אידענטיטעט
וועבלינק
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
תל אביבער אוניווערסיטעט