פינקטלעכע וויסנשאפטן
פינקטלעכע וויסנשאפטן איז א כללישער נאמען פון די וויסנשאפטן וואס פארנעמען זיך מיט מאטעמאטיק און מיט אונבעלעבטע מאטעריעלן. עס ענטהאלט פארשידענע אינזשינעריעס, כעמיע, פיזיק, סטאטיסטיק, קאמפיוטער וויסנשאפט און נאך. די אלע אזעלכע וויסנשאפטן האבן א שייכות מיט מאטעמאטיק; מען קען רעכענען גענוי און אויספרובירן נייע היפאטעזן.
דאס איז אנדערש ווי די ווייכע וויסנשאפטן.