נאטור-וויסנשאפטן
נאטור-וויסנשאפטן איז כולל די פעלדער פון וויסנשאַפֿט וואס באהאנדלען די וועלט, די געזעצן און אקציעס, סיי וואס וואקסט און סיי די נישט ארגאנישע וועלט. אויך ווערט מאטעמאטיק אריינגערעכנט אין די נאטור-וויסנשאפטן, כאטש זי באהאנדלט נישט די פיזישע וועלט, ווייל פיזיק איז שטארק געבונדן מיט מאטעמאטיק.
אריינגערעכנט אין די נאטור-וויסנשאפטן זענען פאַרשידענע געביטן:
- אַסטראָנאָמיע איז אַ פעלד וואָס באהאנדלט וואס פאסירט אין הימל און דרויסן פון דעם אטמאספער פון דער וועלט.
- ביאָלאָגיע איז אַ פעלד וואָס שטודירט די לעבעדיקע וועלט, כולל באטאניק, זאאלאגיע און מעדיצין.
- כעמיע איז אַ פעלד וואָס שטודירט מאַטעריאַל, זיינע אייגנקייטן, און די רעאקציעס צווישן מאטעריאלן.
- ערד וויסנשאַפֿט איז אַ פעלד וואס נעמט אריין געאלאגיע, געאגראפיע און געאפיזיק.
- פֿיזיק באהאנדלט די כּללים וואָס פון מאַטעריאַלן, ענערגיע, אָרט און צייַט.