משה לייב ראבינאוויטש

מונקאטשער רבי
(אַריבערגעפֿירט פון רבי משה לייב ראבינאוויטש)

רבי משה יהודה לייב ראבינאוויטש (געב' ערשטע חנוכה ליכטל כ"ה כסלו ה'תש"א, מונקאטש) איז דער מונקאטשער רבי.

משה לייב ראבינאוויטש
געבורט 25 דעצעמבער 1940 (אלט 83)
מונקאטש, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט בית מדרש עליון
טעלזער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט הויפט רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רבי משה לייב ראבינאוויטש, מונקאטשער רבי

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

רבי משה לייב ראבינאוויטש איז געבוירן אין דער שטאט מונקאטש (היינט אוקראינע) דעם ערשטן טאג חנוכה תש"א צו זיין פאטער הרב ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש, האבדק"ק מונקאטש איידעם פון הרה"ק רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל, בעל מנחת אלעזר ממונקאטש. דער ברית איז פארגעקומען זאת חנוכה תש"א וואו הרה"ק רבי שלום אליעזר האלבערשטאם זי"ע פון ראצפערט בהון פון הייליגען דברי חיים זי"ע פון צאנז איז ספעציעל געקומען קיין מונקאטש צו דינען אלס סנדק ביים ברית. דער רבי הייסט "משה יהודא ליב" נאך דער רבי משה לייב סטריזובער זי"ע, א זיידע.

ער האט געלערנט אין דער טעלזער ישיבה אין קליוולאנד, אהאיא, ווי אויך אין בית המדרש עליון אין מאנסי, ניו יארק.

ער איז געווארן אן איידעם ביי הגאון הצדיק רבי אהרן בערנשטיין זצ"ל ראש ישיבה פין ישיבת חיי עולם אין ירושלים ראב"ד אגודת ישראל און בעמח"ס פרי אהרן.

רבי משה לייב ראבינאוויטש איז נאך פון זיינע יונגע יארן געשעצט געווארן דורך צדיקי הדור ובראשם הרה"ק רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר זצ"ל.

ער איז באקאנט אלס עלוי און גרויסער למדן, (זיינע תורה'ס זענען געדרוקט געווארן אין די קונטרסים עולת שבת). ווי אויך האט דער רב אפגעשריבען פילע כתבי יד און חדושי תורה אויף ספר הרמב"ם, וואס דער רבי איז געפארען קיין ארץ ישראל באקומען הסכמות פון די גדולי הדור ווי רבי דוד יונגרייז זצ"ל וואס איז לעת עתה נאך נישט ארויס לאור עולם, ווי אויך פלעגט דער רב זאגן טיפזיעניגע שיעורים און לומדישע דרשות וואס פילע ת"ח זענען באגייסטערט געווארן פון די רב'ס כח התורה,

און חודש אלול תשפ"ג האט הוצאות אמת שעל ידי חסידי מונקאטש, ארויסגעגעבען די ערשטע ווינדערליכע ווערק פונעם רבי׳ן אויך הלכות נדרים און שבועות אינטער די נאמען ספר דרכי תשובה ווי א המשך צו די סעריע ספרים דרכי תשובה אויף יורה דעה פון זיין עלטער זיידן דער ״דרכי תשובה״ און א המשך צו זיין זיידן דעם מנחת אלעזר.

ווען עס איז געווען די פרשה פונעם עירוב אין בארא פארק האט דער רב געשריבן א ספעציעלע תשובה להלכה וואס האט אפגעווארפן די שיטת המחמירים. און פרובירט צו שרייבען א צד היתר לויט די קבלה פון זיינע גרויסע זיידעס דער הייליגער בני יששכר זי"ע וואס האט געמאכט א עירוב אין שטאט מונקאטש, און די זעלבע צייט איז דער רב בידידות מיט די גדולי הרבנים אפי' פון די צד האוסרים וואס די דיפרענצען און שיטה איז נישט חלילה גורם א פירוד לבבות,

און אפילו די רבנים וואס פון מונקאטש אינדערהיים זענען נישט געווען אזוי בידידות, האט דער רב מיט זיין גרויסען ברען פאר אהבת ישראל שלום געמאכט ווייל אמת והשלום אהבו, און די רב נעמט נישט א טייל און קיינע שום מחלוקת אדער קריגעריי זייענדיג א מרבה שלו' בעולם, אפי' די רב נויגט נישט אף פון די דרך האמת,

דער רבי איז באקאנט פאר ארויסהעלפן אידן מיט אלע מיני פראבלעמען, ספעציעל אין לעגאלע פראבלעמן, און איז באקאנט אלס גרויסער בעל צדקה, כמנהג זקנו דער מנחת אלעזר זי"ע.

אויפן וועג פון זיין זיידן דער מנחת אלעזר זי"ע איז אויך דער מונקאטשער רבי ממשיך אלץ מוהל מומחה ווי אלע מונקאטשער חסידים אדער סתם מעריצים זענען מכבד דעם רבין אלס מוהל. צו דער זייט פון זיין מוהלות פלעגט זיין דער באוואוסטער בארא פארק'ער מוהל הרב יעקב מרדכי וויינבערגער זצ"ל וואס איז געווען פון די גרעסטע מוהלים. און נאך זיין פטירה איז דא א מוהל הרב רייכבערג נ"י וואס שטייט לימין קדשו,

ער האט אויפגעשטעלט דעם צענטער פאר מונקאטשער חסידות אין בארא פארק, ברוקלין, אבער עס געפינען זיך מונקאטשער שטיבלעך און מוסדות אויך אין וויליאמסבורג, מאנסי, ירושלים ,בני ברק, לאנדאן, מאנטריאל.

מזמן לזמן מאכט רבי משה לייב נסיעות צו די חסידים דרי אתר ואתר וואס ווי די רב גייט ווערט א וועלט'ס געשענעיש ובפרט די עטליכע מאל וואס די רב האט באזוכט ארץ ישראל אדער די עיר האבות מונקאטש וואס הונדרעטער חסידים זענען מיט געפארען נישט ועלען פארפאסען די געהויבענע מאמענטען,

 
הויפטקווארטיר פון מונקאטשער חסידות


וועבלינק

רעדאַקטירן
  • מונקאטשער רבי ביי שמחת בית השואבה

http://www.tsofar.com//zofar/mashtap/show.asp?id=5283