ראש לימבאו

אמעריקאנער ראדיא־שוי גאסטגעבער
(אַריבערגעפֿירט פון ראש לימבו)

ראש לימבאו (12טן יאנואר, 1951 - 17טן פעברואר, 2021) איז געווען דער ערשטער און גרעסטער נאציאנאלער ראדיא טאלק שוי האסט אין אמעריקע מיט 13.5 מיליאן צוהערער וועכנטליך.

ראש לימבאו
Rush Limbaugh
געבורט 12 יאנואר 1951
קאפ דזשירארדא, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 17 פעברואר 2021 (אלט 70)
פאלם ביטש, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט פאלם ביטש רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
rushlimbaugh.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ראש לימבאו

ראש לימבאו איז אן אמעריקאנער קאנסערוואטיוו רעפובליקאנער אויסשמועסענדיג פאליטיק אין נייעס געשעהנישען דורכאויס די שוי, אין 2001 האט ער פארלוירן די כוח השמיעה, ווארשיינליך צוליב די העד פאונס וואס ער האט אנגעהאט א גאנץ לעבן, ווייל בעפאר ער איז געווען א פאליטיק ראדיו אינטערעסע איז ער געווען א די זשעי וואס האט געשפילט מוזיק אויפן ראדיא און אין קלאבס.

ער איז אפיציעל געווען אין קאלעזש צו שטודירן געזעצן ווי זיין טאטע און זיין ברודער דייוויד לימבאו אויך א קאנסערוועטיווער שרייבער און פרעדיגער. אבער ער האט ארויסגעדראפט פון קאלעזש און קיינמאל פארענדיגט זיינע לימודים.

ער האט זיך געגט שוין דריי מאל. און אלעמאל חתונה געהאט מיט זיין סעקרעטאר לעצטנס האט ער געוואוינט אליינס און דרוקט זיך אפט מאל אויס אויף זיין שוי קעגן די פרויען אין אלגעמיין.

זיין אויפגעכאפטקייט איז אז ער איז א שטארקער דעמאגאג און אידיאל וואס רעדט אלעס הויך און קלאר מיט א לעבדיגקייט און קאנפידעט שטימע אבער זיינע צוהערער זענען לאוו דאווקא מענטשן וואס שטימען מיט, נאר דעמאקראטן הערן זיך אויך צו, צו הערן וואס די אנדערע זייט זאגט היינט.

ער איז די גרעסטער מאכטפולער כוח וואס ליגט ביי איין מענטש אליינס, טייל זאגן נאך אפרע ווינפערי, מיט יארן צוריק האט ער אויסגענוצעט דעם כוח צו בויקאטירן טראפיקאנע און דאס האט זיך ארויסגעוויזן מיט נומערס לעיני כול.

ער איז געווען שטארק א גראבער און זיין הויפט ליבעראלער שונא און קאנקורירער על פרענקען האט ארויסגעגבן א בוך פון אים אפצושפעטן אונטערן נאמען ראש לימבאו; די ביג פעט אידיוט (דער גרויסער פעשער אידיאט) אבער זינט דאן איז ער שוין געגאנגען אויף א דיעטא און פארלוירן אסאך וואג.

ער איז געווען די חוזק פון שטאט ווען מען האט אים געפאקט מיט דראגס און אויך ווען מען האט אים געפאקט מיט וויעגרא אין עירפארט


וועבלינקס

רעדאַקטירן


שמועס פראגראם גאסטגעבערס

פאליטיש רעכט: טשארלס אדלער | לארע אינגרעהעם | ביל אריילי | ראש לימבא | שאן הענעטי | קורטיס סליווע | מארק לעווין | מייקל סעוועזש | הרב דניאל לאפין | מייקל מעדוועד | דעניס פרעגער | טאני סנאו | בען שפירא

פאליטיש לינקס: לייאנעל - עלען דערשאוויץ | ראן קובי | עלען קאלמבס | עד שולץ | טאם הארטמען | רענדי ראודס | על פרענקען

פארוויילונג אדער קאמיק: האוערד סטערן | דאן איימוס

ספארט: מייק ענד די מעד דאק |

שלום בית און משפחה: זשוי בראון | לאורע שלעזינגער | שמולי בוטח

מוזיק: די זי מארנינג שוי | קאנטרי יוסי | ר' נחום סיגל

רעליגיע: ראביי מייקל פאטעזניק