בען שפירא

יידיש־אמעריקאנער זשורנאליסט

בנימין אהרן "בען" שאפּיראָ (געבוירן דעם 15טן יאנואר 1984) איז אַן אמעריקאנער קאנסערוואטיווער פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר, שרייַבער און אַדוואָקאַט.

בען שפירא
Ben Shapiro
געבורט 15 יאנואר 1984 (אלט 40)
לאס אנדזשעלעס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אפיציעלע וועבזייטל
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער האט געשריבן זיבן ביכער, דאס ערשטע אין יאר 2004 "ברעינוואַשט: ווי אוניווערסיטעטן אינדאקטרינירן אַמעריקעס יוגנט"; שאַפּיראָ האט אנגעהויבן שרייבן דאס בוך אין עלטער פון 17. שאַפּיראָ דינט אלס רעדאַקטאָר פֿאַר די "דעילי ווייער" וואָס ער האט זעלבסט געגרינדעט, און ער פירט אן מיט'ן "בען שאַפּיראָ שוי", אַ טעגליכער פּאָליטישער פּאָדקאַסט און ראַדיאָ שוי. ער איז געווען אַ רעדאַקטאָר פון ברייטבארט נייעס צווישן 2012 און 2016.

פריער לעבן

רעדאַקטירן

שאַפּיראָ איז געבוירן אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע. זיין משפּחה איז איִדיש און האבן עמיגרירט פון רוסלאַנד און ליטע. שאַפּיראָ האט אנטוויקלט טאלאנט אין פֿידל שפילן און פּיאַנע בייַ אַ יונגן עלטער. שאַפּיראָס עלטערן האבן ביידע געארבעט אין האליוואד. זיין מוטער האט געארבעט אלס אַ עקזעקיוטיוו פון אַ טעלעוויזיע פירמע און זייַן פאטער אלס אַ קאָמפּאָזיטאָר. שאַפּיראָ׳ס קוזינע איז אמעריקאנער שרייַבער און געוועזענע קינד אַקטריסע מאַראַ ווילסאָן.

איבערהיפנדיג צוויי כיתות (דריטע און נייַנטע), איז שאַפּיראָ געגאנגען פון וואַלטער ריעד מיטל שולע צו ישיבה אוניווערסיטעט הויכשולע פון לאס אנדזשעלעס אוואו ער האט גראַדואירט אין 2000 אין עלטער פון 16.

מיינונגען

רעדאַקטירן

פּאָליטישע אידעאָלאָגיע

רעדאַקטירן
 
שאַפּיראָ רעדנדיג ביי די 2018 סי-פּאַק אין נעשאנעל הארבאר, מערילענד

שאַפּיראָ ווערט פאררעכנט אלס "רעכט-פליגל'דיגער". שאַפּיראָס מיינונגען ווערן דעסקריבירט דורך די ניו יארק טיימס ווי "גאָר קאנסערוואטיוו". אבער שאַפּיראָ זעלבסט אין אַ 2016 אינטערוויו מיט דעיוו רובין, דעסקריבירט זיך ווי "מער ווייניגער אַ ליבערטעריען". ער באשולדיגט הייַנט-צייַטיגע ליבעראלן אויף שאפן אַ אויסגעטראַכטע "הירארכיע פון וויקטימהוד". אין זיין ביכל רעדט ער ארום, אז די לינקע נוצן זייער דאַמינאנץ אויף סינעמאַ און טעלעוויזיע צו שטופּן זייַער אַגענדע.

ישראל–פּאַלעסטינישער געראַנגל

רעדאַקטירן

שאַפּיראָ איז א שטארקער ציוניסט, און האט שוין געלאזט פאלן ארויסזאגן ווי "די איזראעליס גלייכן צו בויען. אַראַבער גלייכן צו באָמבען באָבקעס און לעבן אין אפענע אָפּגאַנג".

אַבאָרציע

רעדאַקטירן

שאַפּיראָ שטיצט אַ פולקאמע פאַרבאָט אויף אַבאָרטאציע, אַרייַנגערעכנט אין פאלן פון גוואַלדיגונגען.

2016 וואלן

רעדאַקטירן

שאַפּיראָ האט געשטיצט טעד קרוז אין די 2016 פּרעזידענטליכע וואַלן און אפן אפגעווארפן דאָנאַלד טראַמפּס קאַנדידאַטור. שאַפּיראָ האט געלאזט פאלן אַז די וואַלן פון דאָנאַלד טראַמפּ איז ליבערשט געווען א שטימע קעגן די ליבעראַלן, און הילערי קלינטאן בפרט, ווי איידער אַ שטימע אין שטיצע פון טראַמפּס סאָרט פון קאַנסערוואַטיזם.

LGBT רעכטן

רעדאַקטירן

שאַפּיראָ באקעמפט טראנסזשענדעריזם. ער האט באשריבן טראַנסגענדער ווי אַ גייַסטיגע דיסאָרדער קראנקהייט.

ציל פון אַנטיסעמיטיזם

רעדאַקטירן

נאָכן פארלאזן ברייטבארט נייעס איז שאַפּיראָ געווארן אַ אָפטע ציל פון אַנטיסעמיטישע רעטאריק פון די אַלט-רעכט. לויט אַ 2016 אַנאַליז דורך די אַנטי-דעפעמעישאַן ליגע, איז שאַפּיראָ, צווישן דזשורנאליסטן, געווען די מערסט אפטע ציל פון אַנטיסעמיטישע טוויטס.

פערזענליכע לעבן

רעדאַקטירן

שאַפּיראָ האט דריי שוועסטער. אין 2008, האט ער חתונה געהאט מיט מור טאָלעדאַנאָ, אַ ישראלישע פון מאַראָקאנער אַפּשטאם ווען ער איז געווען 24 יאר אַלט און זי איז געווען 20 יאָר אַלט. זייַן פרוי איז אַ מעדיצינישע דאָקטער. צוזאַמען האָבן זיי אַ טאָכטער, געבוירן אין 2014, און אַ זון, געבוירן אין 2016. שאפירא מיט זיין פרוי פראקטיצירן ארטאדאקסישע אידישקייט אפענערהייט.