קאַלענדאַר איז א סיסטעם צו ארגינירן טעג געווענליך אין א פארם פון מאנאטן און יארן.

  • דאס ווארט וועט אויך געניצט פאר א סיסטעם פון פלאנירטע צייטן ווי דער קאלענדאר פון א געריכט (Court Calendar).
  • א קאלענדאר איז געווענליך ארגאניזירט קעגן אן אסטראנאמישע סיסטעם.
  • א קאלענדאר איז אויך א זאך וואס האט אויף זיך פארשריבן די טעג, די זענען געווענליך פארבינדן איינס יאר אין א באנד.

קאלענדאר סיסטעם

רעדאַקטירן

א קאלענדער איז געווענליך באזירט אויף א דרויסנדיגן מחזור, ווי למשל די זון. עס איז זייער אפט וואס א קאלענדאר איז געבויט אויף צוויי סיסטעמען, ווי למשל דער היינטיגער אלגעמיינער קאלענדאר איז געבויט אויף סיי דער זון און די זיבן טעג פון דער וואך.

פאלגנד איז א ליסטע פון די קאלענדאר סיסטעמען:

  • א לבנה קאלענדאר, דאס איז א קאלענדאר וואס איז קעגן די לבנה. די יידישע לוח איז אזא קאלענדאר.
  • א זון קאלענדאר, דאס איז א קאלענדאר וואס איז קעגן די פיר צייטן פון די יאר און איז דערפאר קעגן די וועג פון די זון, די אלגעמיינע לוח איז אזא קאלענדאר.
  • א צופעליגער קאלענדאר, א וואך איז א צופעליגער לוח ווייל עס האט נישט קיין דרויסענדיגער סבה.
  • עס איז אויך דא א קאלענדאר וואס חזרט זיך נישט איבער, נאר איז איין גלייכע צייט פון טעג, ווי די יוליען טאג וואס ציילט וויפול טאג עס איז אדורך פון א געוויסע צייט.

לבנה קאלענדאר

רעדאַקטירן

א לבנה קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס איז באזירט אויף די מחזור פון א לבנה ווי אפט עס באנייעט זיך. פאר יעדע מאל וואס עס באנייעט זיך מאכט מען א נייע מאנאט. דאס האט א פראבלעם אז נאך עטליכע יאר פארוקט זיך דאס פון די צייטן פון די וועטערס, דערפאר זענען דא קאלענדארן וואס לייגען צו א מאנאט יעדע פאר יאר אז ס'זאל זיך נישט פאררוקען. א לבנה קאלענדאר איז אבער יא גוט פאר אויסרעכענען די צייט פון די הויכע וואלען יעדע טאג (טיידס). דער אידישער לוח איז ארגיניזירט לויט די לבנה. און לייגט צו א מאנאט אז די וועטער זאל זיך נישט פאררוקען קעגן די מאנאטן.

זון קאלענדאר

רעדאַקטירן

א זון קאלענדאר איז געבויט אויף די פיר סעזאנען פון די יאר, וואס דאס גיבט איינדרוק אז עס גייט קעגן די זון, דערפאר רופט מען דאס א זון קאלענדאר. דער גריגאריאן קאלענדאר וואס איז היינט באניצט אלס דער אלגעמיינער קאלענדאר איז ארגיניזירט לויט די זון.

קאלענדאר צוטיילונגען

רעדאַקטירן

א קאלענדאר איז אלעמאל צוטיילט אין קלענערע טיילן און האט געווענליך אין זיך:

  1. טעג
  2. וואכן
  3. מאנאטן
  4. יארן

צוליב די פאקט אז קאלענדערס זענען אפעהענגיק אין אנדערע זאכן (ווי די זון) דארף מען אסאך יארן צולייגן א טאג צו א מאנאט.

אנדערע סארטן קאלענדארן

רעדאַקטירן

עס זענען דא קאלענדארן וואס ווערן אנגערופען אומגעפארטיגטע קאלענדערס, ווי די אלטע קאלענדארן וואס האבן נישט געהאט קיין וועג פון אנרופען די טעג פון די 3 מאנאטן פון ווינטער, נאר פלעגן דאס רופען ווינטער. די אידישער לוח איז א געפארטיגטע קאלענדאר וויבאלד עס האט א נאמען פאר יעדע טאג פון די יאר, ווי ג' אייר.

געשעעניש, טעאראטישער, און געמישטע קאלענדארן

רעדאַקטירן

עס זענען דא אזעלכע קאלענדארן וואס זענען געבויט אויף זאכן וואס געשעהן און ווען דאס פארסירט, ווי למשל דער אלטער אידישער לוח ווען עס איז גאגענגען דורך דעם סנהדרין אין ירושלים איז געווען געבויט אויף ווען מען האט געזען די נייע לבנה. לויט דעם קאלענדאר איז שווער צו וויסן ווען א געוויסער טאג וועט אויסקומען.

א טעארעטישער קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס איז געבויט אויף רעכענונגען וואס איז באוואוסט. ווי דער היינטיגער אידישער לוח וואס איז געבויט אויף דער רעכענונג פון די זון און לבנה, די מעלה פון אזא קאלענדאר איז אז מען ווייסט פון פאראויס ווען א געוויסער טאג גייט זיין, די חסרון איז אז אויב א מהלך אויף וואס דער קאלענדאר איז געבויט טוישט זיך, דאן ווערט דיערקאלענדער אויס פינקטלעך.

א געמישטער קאלענדאר ניצט ביידע, סיי די געשעעניש, און סיי די טעאריע רעכענונג אויף וואס די קאלענדאר איז באזירט, דער גרעגאריאנישער קאלענדאר איז אזא קאלענדאר ווייל מען האט דאס געטוישט פון דעם יוליאנישן קאלענדאר צום גרעגאריאנישן קאלענדאר ווען מען האט באמערקט אז די וועג פון דער זון איז אנדערש.

דער עיקר באניץ פון א קאלענדאר איז צו האבן טעג באשריבן אין א וועג וואס עס מאכט דאס גרינג צו ניצן אויף צו פלאנירן פון פאראויס. און צו פארשרייבן זאכן וואס געשען. אויך איז א קאלענדאר זייער וויכטיג אין סאציאלע זאכן, צו וויסען ווער עס איז עלטער, רעליגיעזע זאכן צו וויסען ווען א יום טוב איז, און פאר ביזנעס, צו וויסען צו איבער א געוויסע צייט מאכט מען געלט, און ווען צו צאלן שטייערן.

היינטיגע באניצטע קאלענדארן

רעדאַקטירן

אויך אין ערטער ווי עס איז דא א געווענליך באניצטע קאלענדאר קען זיין אז עס זאל זיין נאך א קאלענדאר ווי למשל פאר ביזנעס איז דא א פיסקאל קאלענדאר.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
די יידישע חדשים

ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב')

גויאישע מאנאטן

יאנואר | פֿעברואַר | מערץ | אַפּריל | מײַ | יוני | יולי | אויגוסט | סעפּטעמבער | אָקטאָבער | נאוועמבער | דעצעמבער