קאווע שטיבל (וועבזייטל)

אינטערנעט פארום
(אַריבערגעפֿירט פון קאווע שטיבל (וועב-זייטל))

קאווע שטיבל איז א פארום וועבזייטל אויף דער יידישער שפראך. עס איז געגרינדעט געווארן אין אדר תשע"ב.

עס האט זיך געגרינדעט אין ליכט וואס די פארוואלטונג פון אידישע וועלט פארומס צענזורירן א סאך.

א העפטיגע דיסקוסיע איז אנטשטאנען אין די ערשטע טעג פונעם וועבזייטעל, איבער די ראלע פון צענזור אויף אידישע פארום זייטלעך.

געדאנקען גאנג רעדאַקטירן

זיי האלטן זיך היפש מער אויפגעקלערט ווי די פון אידישע וועלט, און אונטערן שלייער פון טראכטן זעלבסטשטענדיג, איז האקן אויף רבנים ומנהגי קודש א פאפולערע טעמע, אבער דאך איז א שיין טייל פון די שרייבער דארט, פארביטערטע מענטשן, וואס געבן אויס זייער צארן אויף די פרומע.

ווי אויך האט מען דארט מער רעספעקט פאר א כופר בעיקר אן אפענער אפגעפארענער ווי פאר א רב בישראל, אויסער אויפן סאטמארער רב ר' יואל, און אויף ר' מאטעלע וויזשניצער, ווערט דארט נישט רעספעקטירט קיין שום פערזענליכקייט, סיידן ער איז גענוג ליבעראל אין זייערע אויגן.

בילדער פון פרויען וכדומה, זענען יא ערלויבט, אזוי אויך ציוניסטישע מיינונגען - וואס ביידע ווערן פארמעקט אויף איי-וועלט.

וועבארט רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

חרדישע וועב זייטלעך:

אידישע וועלט • ‏אידישע טעגליכע נייעס • נטרונא • נטורי קרתא • דזשואיש ווארלד רעוויו • אש.קאם • קאווע שטיבל