אייוועלט

(אַריבערגעפֿירט פון אידישע וועלט)

אייוועלט (iVelt אדער אידישע וועלט פארומס) איז אן אינטערנעט פארום וועבזייטל אין אידיש דורך פרומע אידן.

זי לאזט נישט צו קיין שום אומ'תורה'דיגן אינהאלט. הלבנת פנים, לשון הרע, א.ד.ג. - עס איז דא א הויפט פרינציפ און פאליסי נישט צו באשרייבן קיין פרומע רבנים און עסקנים.

אין סך הכל איז שוין געשריבן געווארן אויף אייוועלט איבער צוויי מיליאן תגובות און איבער 37000 אשכולות, און איבער עלף טויזנט באנוצערס האבן זיך איינגעשריבן.

היסטאריערעדאַקטירן

אייוועלט איז געגרינדעט געווארן אפריל 25, 2007 דורך "קרעמער" (א ניק). ארגינעל איז דאס געווען א פארום אויפן העברעאישן וועבזייטל היידפארק מיטן נאמען "היימישע קרעטשמע". שפעטער האבן זיי זיך געעפנט אן אייגן זייטל מיטן אומזינסטן סאפטוועיר phpBB (ענ'), גערופן "אידישע וועלט" און צוגעלייגט אסאך אפטיילונגען פון היסטאריע, ידיעות התורה און טעכנאלאגיע אא"וו.

אינהאלטרעדאַקטירן

די אינהאלט דערפון איז געשריבן אויף א פרומע פרינציפ. קיין שום קאנטראווערסיעלע ענין, פאליטיק, מחלוקת, פון די היימישע וועלט, ווערט נישט און איז נישט ערלויבט צו דיסקוסירן. אלעס ווערט געשריבן אויף א הומאריסטיש און גוט געלוינטע שפראך און אין די זעלבע צייט האלט עס אן די ערענסקייט פון אידישקייט און קיין שום ליצנות אויף מסורה אדער אידישקייט איז ערלויבט.

עס פארמאגט פארומס אויף פארשידענע טעמעס וואס פאראינטערעסירט דעם חרדישן אידנטום.

די היימישע קרעטשמע
  • אידישע און וועלטליכע נייעס – באריכטן און אנאליזן
  • היימישע דזשורנאל – עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן
  • היימישע קרעטשמע – געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
  • היימישע פארברענגן – גריסן און שמועסן
  • זכור ימות עולם – אידישע און אלגעמיינע היסטאריע
  • שפראך, גראמאטיק און דקדוק
  • היכל הנגינה – ניגונים און זינגערס
  • היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער
בית המדרש דקהלתינו
  • שיעורי הקהילות – שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה
  • ידיעות התורה – הפוך בה דכולה בה
  • על הצדיקים ועל החסידים – תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
  • ועל פליטת בית סופריהם – איבער ספרים און מחברים
איש את רעהו יעזורו

פרינציפןרעדאַקטירן

עס זענען דא פארשידענע תקנות און פרינציפן צו קענען שרייבן אויף אייוועלט. עס איז פארהאן א באגריף פון "גילוי", דאס הייסט אויב איינער פראבירט צו אנטפלעקן ווער עס שטייט אונטער א ספעציפישער ניק, וועט מען אים תיכף ומיד אויסשפארן.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

חרדישע וועב זייטלעך:

נטרונא • אידישע וועלט • נטורי קרתא • דזשואיש ווארלד רעוויו • אש.קאם • קאווע שטיבל