אייוועלט

אינטערנעט פארום

אידישע וועלט פארומס (גערופן אייוועלט, אין ענגליש: iVelt) איז אן אינטערנעט פארום וועבזייטל אין אידיש אנגעפירט דורך עטליכע ערליכע סאטמארע חסידים און ווערט באניצט דורך היימישע פרומע אידן, בעיקר חסידישע. אין סך הכל איז שוין געשריבן געווארן אויף אייוועלט איבער 5 מיליאן תגובות (פאוסטן) און איבער 61 טויזנט אשכולות, און קרוב צו 15 טויזענט איינגעשריבענע באניצער.


היסטאריע

רעדאַקטירן

אייוועלט איז געגרינדעט געווארן אפריל 25, 2007 דורך "קרעמער" (א ניק)‏[1]. ארגינעל איז דאס געווען א פארום אויפן העברעאישן וועבזייטל היידפארק מיטן נאמען "היימישע קרעטשמע". שפעטער האבן זיי זיך געעפנט אן אייגן זייטל מיטן אומזינסטן סאפטוועיר phpBB (ענ'), גערופן "אידישע וועלט" און צוגעלייגט אסאך אפטיילונגען פון היסטאריע, ידיעות התורה און טעכנאלאגיע אא"וו.

מיט די יארן איז עס כסדר פארברייטערט געווארן מיט פרישע פארום'ס און אפטיילונגען,

ווינטער תשפ''ג איז די סייט גענצליך איבערגעפרישט געווארן מיט אסאך צוגעלייגטע אפציעס ווי א לייק קנעפל און נאך, ווי אויך איז די סדר פון די אפטיילונגען שטארק פארבעסערט געווארן מיט די הילף פון עטליכע טעטיגע ניקס וואס האבן עס גענומען אין די האנט אריין, אין שפיץ פון זיי איז געשטאנען א ניק מיטן נאמען ציגאנער.

טעטיגע ניקס

רעדאַקטירן

פון די פאפולערע ניקס אויף אייוועלט זענען וויכטיג מאכער - וועלכער איז דער סייט אדמין‏[2], די מנהלים לכאורה‏[3] און יאנאש, ק.נ.א. זשורנאליסטן נקדימון און ישראל_הלוי, נארמאליזעם הכל הבל, קלאָצקאָפּ, קנאפער ידען, אוראייניקל.

די אינהאלט דערפון איז געשריבן אויף א פרומע פרינציפ. קיין שום קאנטראווערסיעלע ענין, פאליטיק, מחלוקת, פון די היימישע וועלט, ווערט נישט און איז נישט ערלויבט צו דיסקוסירן. אלעס ווערט געשריבן אויף א הומאריסטיש און גוט געלוינטע שפראך און אין די זעלבע צייט האלט עס אן די ערענסקייט פון אידישקייט און קיין שום ליצנות אויף מסורה אדער אידישקייט איז ערלויבט.

עס פארמאגט פארומס אויף פארשידענע טעמעס וואס פאראינטערעסירט דעם חרדישן אידנטום:


נייעס

וועלטליכע, פאליטישע, עקנאמישע, און היימישע נייעס.

באריכטן און אנאליזן, אייוועלט איז א שטארקע קוואל פון אינפארמאציע פארן היימישן פרומען עולם, ס'זעט זיך אן יעדע מאל וואס ס'גייט פאר עפעס דראמאטיש אויפן גאס ווי למשל פאר נאציאנאלע עלעקשאנס ווי טויזענטער קומען זעהן וואס די אפדעיטס זענען, א גוטע דוגמא איז די מלחמה אין אוקריינע וואס אייוועלט איז די מערסטע רעלייעבל און אפדעיטעד סייט צו וויסן וואס גייט פאר אויפן פראנט, פאר אסאך איז דאס די איינציגסטע קוואל פון נייעס.


די היימשיע קרעטשמע

  • דעת הקהל - אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק
  • היימישע דזשורנאל – עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן
  • היימישע קרעטשמע – געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
  • היימישע פארברענגן – גריסן און שמועסן
  • זכור ימות עולם – אידישע און אלגעמיינע היסטאריע
  • שפראך, גראמאטיק און דקדוק
  • אונטערהאלטונג - אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצוליפטערן
  • היכל הנגינה – ניגונים און זינגערס
  • היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער
  • שפראך גראמאטיג און דקדוק
בית המדרש דקהלתינו
  • שיעורי הקהילות – שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה
  • ידיעות התורה – הפוך בה דכולה בה
  • אז נדברו - געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם
  • על הצדיקים ועל החסידים – תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
  • ועל פליטת בית סופריהם – איבער ספרים און מחברים
איש את רעהו יעזורו
  • ולאחיו יאמר חזק – עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
  • געזונטהייט - געזונט און רפואה
  • פינאנץ - פינאנציעלע הילף
  • דירות קבע - איבער קויפן און רענטן א הויז
  • אויטאס און אלעס ארום
  • טרעוול און וואקאציע
  • פארשידנע הילף
  • ביזנעס – ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
  • קאמפיוטער און פראגרעמינג – אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראםס
  • טעכנאלאגיע און ערפינדונגען

בילדער, גראפיקס און דעזיין


אידישע וועלט

  • אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן
  • טעכנישע ווינקל
  • מפתחות
  • אייוועלט פרעזענטירט

אויסגאבעס

רעדאַקטירן

דער שרייבער אויסגאבע ווערט ארויסגעגעבן פון צייט צו צייט, א אינהאלטסרייכע ווערק, וואס באשטייט פון צוזאמגעקליבענע געלונגענע ארטיקלען פון אייוועלט; תורה'דיגע, השקפה'דיגע, היסטאריע ארטיקלען, הומאריסטישע ארטיקלען, און נאך. דער שרייבער אויסגאבע איז דא צו דאונלאדן אויף אייוועלט, אדער צו באשטעלן אויף אמאזאן א געדרוקטע ווערסיע.

יעדע שטיק צייט געט אייוועלט ארויס אן אלבום מיט קאלעקציעס פון ניגונים. עס זענען שוין ארויסגעקומען א טוץ פון אלבומען, דער לעצטער פון זיי "חזנות וועלט" א ליקוט פון חזנות שטיקלעך און לידער פארפאסט דורך יאסעלע ראזענבלאט און געזונגען דורך היינטיגע חזנים און בעלי מנגנים.

פרינציפן

רעדאַקטירן

אייוועלט לאזט נישט צו קיין שום אומ'תורה'דיגן אינהאלט. הלבנת פנים, לשון הרע, א.ד.ג. - עס איז דא א הויפט פרינציפ און פאליסי נישט צו באשרייבן קיין פרומע רבנים און עסקנים.

עס זענען דא פארשידענע תקנות און פרינציפן צו קענען שרייבן אויף אייוועלט. עס איז פארהאן א באגריף פון "גילוי", דאס הייסט אויב איינער פראבירט צו אנטפלעקן ווער עס שטייט אונטער א ספעציפישער ניק, וועט מען אים תיכף ומיד אויסשפארן.

די מיטל אנצוהאלטן די כשרות פונעם זייטל, אז ס'זאל זיין אנגענומען אויף יעדן ערליכע איד און די פילטערס זאלן עס דורכלאזן, איז א מאכטפולע צענזור. א גאנצע ארמיי פון מנהלים, אחראים און גבאים, אפענע און באהאלטענע, זיצן און מאכן זיכער אז אלעס איז כשר, און טאמער ס'איז דא צל ספק אז עפעס טויג נישט נעמט מען זיך האקן שטיקער. גאנצעטע תגובות און קאנווערסעישאנס פליען ארויס פון פענסטער, אמאל צוזאמען מיט די שרייבער פון די שורות. מיט די צייט האט זיך אפילו געמאכט א שטיקל קאמפעטישאן פון די געפלויגענע, וואס זענען משלים אויף זייער זייטל צו שרייבן וואס מ'מעג נישט אויף אייוועלט.

וועבלינקען און רעפערענצען

רעדאַקטירן