נארוועגישער ים
ים
דער נארוועגישער ים | |
---|---|
דורכשניט טיף: | 1600-1750 מעטער |
מאקסימום טיף: | 3,970 מעטער |
שטח פון אייבערפלאך: | 1,380,000 קוואדראט ק"מ |
פארנעם: | 2,400,000 קובישע ק"מ |
וואסער זאלצקייט: | בערך 35 אין א 1,000 |
דער נארוועגישער ים (נארוועגיש: Norskehavet) איז א טייל פונעם צפון אטלאנטישן אקעאן, צפון־מערב פון נארוועגיע, צווישן דעם צפון ים (ד"ה צפון פון שאטלאנד) און דעם גרינלענדישן ים.
ער גרענעצט זיך מיטן צפון אטלאנטישן אקעאן צו מערב און דעם בארענטס ים צו צפון־מזרח. אין דרום־מערב, ער איז צעשיידט פונעם אטלאנטישן אקעאן מיט אן אונטער־ים שפיץ פון איסלאנד און די פארא אינדזלען. צו צפון, טוט דער יאן מאיען שפיץ שיידן דעם ים פונעם גרינלאנדישן ים.