דעלטע (אות)
גריכישער בוכשטאב
(אַריבערגעפֿירט פון דעלטא)
- דער ארטיקל דיסקוטירט אן אות אינעם גריכישן אלפאבעט. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט דעלטע (באדייטן).
דעלטע אדער דעלטא - (א גרויסער אות Δ, א קליינער אות - δ; גריכיש: Δέλτα) איז דער פערטער אות אין דעם גריכישן אלפאבעט. אין היינטיגע גריכיש ווערט דער אויס ארויסגעזאגט ווי th (אזויווי עס ווערט געזאגט אין דעם ענגליש this), אבער אין אלטן גריכיש איז דאס ארויסגעזאגט געווארן ווי א געהעריגן ד. אין גריכישער ליטעראטור צייכענט דער אות אן דעם נומער 4.
ער שטאמט פון דעם דלת אין כתב עברי . דער לאטיינישער בוכשטאב D און דער צירילישער בוכשטאב Д קומען פון דעלטע.
דער באנוץ פון דעם גרויסן אות Δ
רעדאַקטירןדער אייבערשטער פֿאל פון דעלטע Δ קען ווערן באנוצט פאר:
- דער לאפלאס אפעראטאר:
- דער דיסקרימינאנט פון א פאלינאמישער גלייכונג, ספעציעל די קוואדראטישע גלייכונג:
- דער שטח פון א דרייעק
- די סימעטרישע דיפערענץ פון צוויי געזעמלען
- אומזיכערהייט אין א פיזישן וואריאבל לויטן אומזיכערהייט פרינצייפ
דער באנוץ םון דעם קליינעם אות δ
רעדאַקטירןדער אונטערשטער פֿאל פון דעלטע δ קען ווערן באנוצט פאר:
- ענדערונג אינעם ווערט פון א וואריאבל אין קאלקולוס
- די קראנעקער דעלטע אין מאטעמאטיק
- די דיראק דעלטע פונקציע אין מאטעמאטיק
- טעקסט געצייכענט כדי אויסצומעקן אין קארעקטור ליינען