פארפרוירן (2013 פילם)
פֿאַרפֿרוירן Frozen | |
רעזשיסאר | קריס באק דזשעניפער לי |
פראדוצירער | פיטער דעל וועטשא |
סצענארשרייבער | דזשעניפער לי |
שטימע אקטיארן | קריסטען בעל אידינא מענזל דזשאנאטאן גראף דזשאש גד סאנטינא פאנטאנא |
מוזיק | ראבערט לאפעז קריסטען אנדערסאן-לאפעז |
רעדאקטירונג | דזשעף דרייהיים |
סטודיא | וואלט דיזני פילמען וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס |
פארשפרייטער | וואלט דיזני פילמען |
פארשפרייט | 19טן נאוועמבער 2013 (על קאפיטאן טעאטער) 27סטן נאוועמבער 2013 (פאראייניקטע שטאטן) |
לענג | 102 מינוטן |
לאנד | פאראייניקטע שטאטן |
שפראך | ענגליש |
בודזשעט | $150 מיליאן |
הכנסות | $1.280 ביליאן |
פֿאַרפֿרוירן (ענגליש: Frozen) איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער-אנימירטער פאנטאזיע-קאמעדיע מוזיקפילם פון 2013. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווארן דורך וואלט דיזני פילמען. דער פילם איז אינספירירט געווען פון האנס קריסטיאן אנדערסענ'ס מעשה "די שניי-מלכה".
די געשיכטע איז וועגן א פּרינצעסין מיטן נאמען אַנאַ און איר שוועסטער עלזאַ, וואס ווערט די קעניגין פונעם אַרענדעל קעניגרייך. עס איז אויך דא א קאָמישער לעבעדיקער שניימענטש מיטן נאמען אָלאַף. אין דער פילם זינגט עלזאַ א ליד מיטן נאמען "לאז ארויס" (Let It Go), וואס איז שנעל געווארן זייער פאפולער. "פֿאַרפֿרוירן" איז באפרייט געווארן דעם 27סטן נאוועמבער 2013, מיט די שטימעס פון קריסטען בעל און אידינא מענזל.
"פֿאַרפֿרוירן" האט באקומען זייער גוטע באריכטן פון פילם קריטיקער. ער איז נאמינירט געווארן פאר דעם גאלדען גלאב פריז פארן בעסטער אנימירטער פילם אין פולער לענג.
געשיכטע
רעדאַקטירןאַנאַ און עלזאַ זענען צוויי שוועסטער-פּרינצעסינס וואס וואוינען אין אַרענדעל. עלזאַ, וואס איז איצט די קעניגין פֿון אַרענדעל, פֿאַרמאגט די טאַלאַנט צו שאַפֿן שניי און אייז און אַרבעטן מיט זיי, אבער זי פֿאַרלירט די קאנטראל איבער אירע כוחות און שטעלט די מענטשן פֿון אַרענדעל אין געפֿאַר. עלזאַ לויפֿט אַוועק און בויט זיך אַן אייז-פּאַלאַץ. דערווייַל גייט אַנאַ דורך די שניי און אייז צו ברענגען עלזאַ צוריק און פֿאַרריכטן וואס זי האט געטאן. אויף איר וועג טרעפֿט אַנאַ מיט קריסטאָף - אַ פֿרייַנדלעכער אייז-פֿאַרקויפֿער - און אָלאַף, אַ קאָמישער שניימענטש געשאַפֿן דורך עלזאַ, וואס וויל זען דער זומער.
אַ פּרינץ מיטן נאמען האַנס וויל הייראַטן מיט אַנאַ, אבער שפּעטער זאָגט אַז ער וויל הייראַטן מיט זי נאר צו מאָרדן עלזאַ און באַקומען איר קעניגלעכער סטאַטוס. ווען האַנס הייבט זיין שווערד העכער עלזאַ, אַנאַ פֿאַרהאַלט אים און ווערט פֿאַרפֿרוירן צוליב די קעלט. עלזאַ טרויערט אויף אַנאַ, וואס שמעלצט זי און ברענגט איר לעבן צוריק. אָלאַף לערנט אַז אַן אַקט פֿון אמתע ליבע איז וואס קען שמעלצן אַ פֿאַרפֿרוירענעם האַרץ. מיטן כוח פֿון ליבע, עלימינירט עלזאַ דער אייז-כישוף איבער אַרענדעל, און אָט קען אָלאַף זען דער זומער, מיט אַ שניי-כמאַרעלע וואס פֿאַרמיידט אים פֿון צעגיין זיך אינעם היץ.
שטימע אקטיארן
רעדאַקטירן- קריסטען בעל אַלס פּרינצעסין אַנאַ
- אידינאַ מענזל אַלס קעניגין עלזאַ
- עוואַ בעלאַ אַלס יונגן עלזאַ
- דזשאָש גד אַלס אָלאַף דער שניימענטש
- דזשאָנאַטאַן גראָף אַלס קריסטאָף
- אַלאַן טודיק אַלס הערצאָג פֿון וועסלטאָן
- סאַנטינאָ פֿאָנטאַנאַ אַלס פּרינץ האַנס
לידער
רעדאַקטירן- "פֿאַרפֿרוירענעם האַרץ"
- "צי ווילסטו בויען אַ שניימענטש?"
- "צום ערשטן מאָל אין שטענדיק"
- "ליבע איז אַן אָפֿענע טיר"
- "לאָז אַרויס"
- "רעניפֿערן זענען בעסער ווי מענטשן"
- "אין זומער"
- "צום ערשטן מאָל אין שטענדיק" (צווייטע ווערסיע)
- "פֿיקסער אַפּער"
- "לאָז אַרויס" (ענד-קרעדיטן ווערסיע, געזונגען דורך דעמי לאָוואַטאָ)
המשך פילמען
רעדאַקטירן"פארפרוירענער פיבער" (2015)
רעדאַקטירן"פֿאַרפֿרוירענער פֿיבער" (Frozen Fever) איז א קורצע פילם וואס קאנטינוירט די געשעענישן פֿון "פֿאַרפֿרוירן". ער איז באפרייט געווארן צוזאמען מיט די נייע ווערסיע פֿון "סינדערעלאַ" דעם 13טן מערץ 2015. אין די געשיכטע ליידט עלזאַ פֿון א פֿאַרקילונג, און זי שטרענגט זיך פּרובירן מאכן א סורפּריז פֿאַר אַנאַ'ס געבורטסטאג. "פֿאַרפֿרוירנער פֿיבער" דויערט בערך אכט מינוט און האט איין נייער ליד וואס עלזאַ זינגט.
"אלאפ'ס פארפרוירענע אוואנטורע" (2017)
רעדאַקטירן"אָלאַפֿ'ס פֿאַרפֿרוירענע אַוואַנטורע" (Olaf's Frozen Adventure) איז א קורצע פילם וואס איז באפרייט געווארן צוזאמען מיט דעם פולער לענג פילם "קאָקאָ" דעם 22סטן נאוועמבער 2017. ער איז שפעטער טראנסמיטירט געווען אויף ABC דעם 14טן דעצעמבער דאס זעלבע יאר. ער איז וועגן אָלאַף דער שניימענטש, וואס זוכט די בעסטע פֿאַמיליע טראַדיציעס פֿאַר אַנאַ און עלזאַ. ער דויערט בערך 21 מינוט און האט פֿיר נייע לידער.
"פארפרוירן II" (2019)
רעדאַקטירןדער פולער לענג המשך פילם "פֿאַרפֿרוירן II" איז באפרייט געווארן דעם 22סטן נאוועמבער 2019.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- "פֿאַרפֿרוירן" ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)