עלזא (פארפרוירן)

פיקטיווע כאראקטער פון דיזני'ס "פארפרוירן"
עלזאַ
Elsa - La Reine des neiges - 20150802 16h45 (10738).jpg
עלזאַ ביי דיזנילאַנד פּאַריז
סעריע פֿאַרפֿרוירן
ערשטער אויפֿטרעט "פֿאַרפֿרוירן" (2013)
שאַפֿערס קריס באַק
דזשעניפֿער לי
אקטיארן קייסי לוי ("פֿאַרפֿרוירן" מוזיקשוישפּיל)
שטימע אקטיארן אידינאַ מענזל (דערוואַקסענע)
עוואַ בעלאַ (8 יאָר אלט)
ספּענסער ייסי גאַנוס (12 יאָר אלט)
אינפארמאציע
מין נקבה
טיטל באַשיצערין פֿונעם פֿאַרכישופֿטער וואַלד (נאך אַבדיקאַציע)
קעניגין פֿון אַרענדעל (פֿון ירושה פֿונעם טראָנע ביז אַבדיקאַציע)
פּרינצעסין פֿון אַרענדעל (ביים געבורט)
משפחה קעניג רונעאַרד (זיידע)
קעניג אַגנאַר (פֿאָטער)
קעניגין אידונאַ (מוטער)
אַנאַ (שוועסטער)
אָלאַף (שאַפֿונג)
נאציאנאליטעט קעניגרייך פֿון אַרענדעל

עלזאַ (ענגליש: Elsa) איז א כאראקטער אין דער דיזני אנימירטער פילם "פֿאַרפֿרוירן" פון 2013. אין דער פילם איז עלזאַ די קעניגין פון דאס פיקטיוו אַרענדעל קעניגרייך, און איר שטימע ווערט געשפילט דורך דער זינגערין און אקטריסע אידינאַ מענזל. עלזאַ האט א יינגערע שוועסטער מיטן נאמען אַנאַ (געשפילט דורך קריסטען בעל). עלזאַ איז געבוירן געווארן מיט מאגישע טאלאנטן צו מאכן און ארבעטן מיט שניי און אייז, און זי פרירט כמעט אלץ וואס זי רירט. ווען זי קען נישט קאנטראלירן אירע כוחות, באהאלט זי זיך פון אלעמען.

אויסטריטןרעדאַקטירן

עלזאַ איז באזירט געווארן אויף די הויפט כאראקטער פון דער מעשה "די שניי-מלכה". אינעם פילם איז עלזאַ געבוירן געווארן מיט אייז כוחות, און זי באשעדיקט איר שוועסטער אַנאַ, וואס מאכט אירע עלטערן פארמאכן זי אין איר צימער פאר איר גאנצע קינדהייט. עלזאַ'ס עלטערן שטארבן און זי ווערט קעניגין, אבער זי לויפט אוועק צו האבן פרייהיייט און אויסמיידן באשעדיקן מענטשן מיט אירע אייז כוחות. ווען עלזאַ פארפרירט דאס קעניגרייך אָן קיין כוונה, לויפט זי צו א ווייטן בארג. אַנאַ גייט אויף א רייזע נאך איר שוועסטער.

אפטראגרעדאַקטירן

עלזאַ'ס ליד "לאז ארויס" (Let it Go) האט באקומען פילע גוטע באריכטן פון צוקוקער און קריטיקער, און איז איבערגעזעצט געווארן אפילו אויף יידיש (נישט ליצענצירט אדער אפיציעל).[1]

וועבלינקעןרעדאַקטירן

רעפערענצעןרעדאַקטירן