קריסטען ען בעל (ענגליש: Kristen Anne Bell, געבוירן דעם 18טן יולי 1980) איז אן אמעריקאנער טעלעוויזיע, שטימע, טעאטער און פילם אקטריסע. בעל איז באקאנט פאר אירע ראלעס אלס וועראָניקע מאַרס אין די אמעריקאנישע דראמא סעריע מיטן זעלבן נאמען, אלס שרה מאַרשאַל אין "פארגעסונג שרה מאַרשאַל" און אלס על בישאָפּ פֿון "העלדן" . איר שטימע איז באקאנט אלס די דערציילערין פֿון "באַרעד מיידל" און אלס פּרינצעסין אַנאַ פֿון דיזני'ס אנימירטער פילם "פֿאַרפֿרוירן".

קריסטען בעל
Kristen Bell
געבורט 18 יולי 1980 (אלט 43)
מישיגן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט לאס אנדזשעלעס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

בעל איז געבוירן געווארן אין מישיגן. אירע עלטערן זענען טאָם, א נייעס רעזשיסאר, און לאָרי, א קראַנקנשוועסטער. אירע עלטערן האבן זיך געגטן ווען זי איז געווען צוויי יאר אלט.

קאריערע רעדאַקטירן

בעל האט געגאנגען צו איר ערשטער אויפטרעט ביים עלטער פֿון 11, און האט געוואונען צוויי ראלעס אין א קינדער שוישפיל ביים דעטרויט טעאטער. אין מיטלשול האט זי געשפילט דאָראָטי אין א "דער מכשף פֿון אָז" שוישפּיל.

בעל האט אָפּגעלאָזט דער ניו יארק אוניווערסיטעט אין 2001 פֿאר א ראלע אין דער בראדוויי מוזיקשוישפּיל "די אַוואַנטורעס פֿון טאָם סויער". אין 2002 האט זי געשפילט אין א נייע ווערסיע פֿון "דאָס מכשפֿה-יאָג".

דערנאך האט בעל באקומען דער הויפט ראלע אין די סעריע "וועראָניקע מאַרס", וואס איז געווען זייער געראטן וועלטווייט.

נאך וואס "וועראָניקע מאַרס" האט זיך געענדיקט אין מיי 2007 האט בעל באַגלייט זיך צו דער סעריע "העלדן". אין אפריל 2008 האט זי געשפילט שרה מאַרשאַל אין "פארגעסונג שרה מאַרשאַל". זייט 2013 שפילט זי די שטימע פֿון פּרינצעסין אַנאַ פֿונעם געראָטענעם אנימירטער פילם "פֿאַרפֿרוירן". זייט 2016 האט זי געשפילט די הויפט כאראקטער אין דער NBC סעריע "די גוטע פלאץ".

פערזענלעכע לעבן רעדאַקטירן

אין 2007 האט זי געהאט א פֿאַרבינדונג מיט דעקס שעפּאַרד און האט אים געהייראט דעם 17טן אקטאבער 2013. זייער ערשטע טאכטער איז געבוירן געווארן דעם 28סטן מערץ 2013, און די צווייטע דעם 19סטן דעצעמבער 2014.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קריסטען בעל