פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מערץ 1
- קאשוי: הויז וואס באלאנגט פאר ישיבה איז געווען פארדינגען פאר זנות, ספעציעל פאר דאמינאטריקס, הויפט פרוי אונטער ארעסט נאכן אפערען אירע סערוויסעס פאר א באהאלטן פאליצאנט. ישיבה וויל נישט אקעצפטירן די רענט ווייל דאס איז אומריינע געלט און בעט טענעט שוין פארלאזן דעם הויז. (זשורנאל ניוז)
- זשאן מעקעין, רופט אויס זיינע פרעזידענטליכע אמביציעס פארן אמעריקאנער פאלק, דוקא אויפן דעיוויד לעטערמאן טעלעוויזשען שוי. (פאקס ניוז)
- ניו יארק: ריכטער אין אלבאני געטראפן געווארן שולדיג אויף פארברעך פון נישט וויסן אז ביל קלינטאן איז געווארן אימפיטשט. (ניו יארק פאוסט)
- אידישער היסטאריען וואס האט געדינט אין זשאן קענעדי אדמיניסטראציע און האט געווינען א פוליטסער פרייז פאר זיין דעפענירן דאס מיינונג פון ליבעראליזם בשעת די צווייטער וועלט מלחמה געשטארבן. (ניו יארק פאוסט)
- מעגא מיליאן לאטערי שפרינגט צו 267 מיליאן דאלער. דערווייל איז דא א מיליאנער אין ניו יארק פון א לאטערי טיקעט פון 31 מיליאן געקויפט אין אסטאריע קווינס אויגעסט און קיינער האט זיך נאך נישט געמאלדן. (ניו יארק פאוסט)
- פלורידע: מנהל פון שטאט ווערט אפגעזאגט פון זיין לאנג-ריגען דינסט צוליב די אויפדעקונג פון צייטונג אז ער איז א טרענסעקסואל און גייט דורך א פראצעדור זיך טוישן זיין סעקסואליטעט פון זכר צו א נקיבה. (ynet)
- ערשטער אפרוף אויף נייעם געזעץ אין ארץ ישראל צו צענזורירען שמוציגע אינטערנעט צוטריט צו די וועב סייטס פון אינהאלט פאר ערוואקסענע בלויז נאך אידענטיפיצירונג ווערט באשטעטיגט. (וויינעט)
- גענג אין צפון ארץ ישראל רעיפען אידינעס אלס נקמה וואס צה"ל טוט אין מערב ברעג. (זשעי. פאוסט)
- טעלעוויזשען שוי גרעיס אנאטאמיע שפילט אויף פרומע אידישע פרוי וואס ווייזט צוריק א לעבןס ראטעוועןדיגע אפעראציע איבער צופלאנצען א געזונט הארץ פון א חזיר, צוליב איר זארג אז הלכהדיג איז דאס טריפה. וועקט אויף הלכהדיגע דעבאטע און דיסקוסיע איבער ביאועטיקס אין אידישקייט. (דעילי פענסעלוועיניען)
- באראק אבאמא באגענגענט זיך מיט די משפחות פון געפאנגענע ישראלישע סאלדאטן. (ynet)