פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מיי 18
- פאול וואלפאוויטש רעזעגענירט ענדליך פון וועלט באנק נאכדעם וואס קאמיטעט טוט אים ריין-וואשן אז כאטשיג ער האט געבראכן די עטיק פון נישט שתדלן פאר אן אייגענער מיידל פריינט פאר א געלט רעיז, דאך האט ער עס געטאן אין גוטן כוונה און נישט אין בייזן ווילן. (עם.עס.ען.בי.סי.)
- ארץ ישראל: געזונטהייט מינעסטעריום ערלויבט הארץ סוירזשען צוריקצוגיין אין שפיטאל אויפשניידען פאציענטען אן איינמעלדן זיי אז ער איז אנגעשטעקט מיט עידס. (וויינעט)
- קאסאם ראקעטען רעיגן שטעלט זיך נישט אפ אין שדרות, שולע און בית הכנסת ווערט באטראפן. (ארץ ישראל מידיע מעלדונג)
- ליל שישי אין בני ברק: געשלעגן צווישן ליטוואקעס און חב"דסקע. (בח"ח)
- אידישיסטן פון ארץ ישראל רעדן זיך אפ אז עס איז נישט פארהאן קיין מאדערן'ער עברית - אידיש ווערטער בוך. (אידיש תפוז)
- בונט צווישן ליטוואקעס בראש ר' מלכיאל קאטלער מיט סאטמאר בראש פון ר' אהרן טייטלבוים וואקסט ווען ר' מלכיאל עסט בלויז קרית יואל שחיטה, און ר' אהרן ווערט געלאדענט צו רעדן דברי תורה ביי יארצייט סעודה פון ר' שניאור קאטלער ז"ל. (יודל שיין)
- חידוש אין אמעריקע: האטעל מאכט איין שטאק בלויז פאר פרויען. (עי.פי.)
- ישרא עיר לופטליניע וועט געבן היימישע שחיטה פון ר' בנימן גרובערס הכשר, פאר ביזנעס קלאס פאסאזשירן. (זשאואיש פרעס)
- וויאליאמסבורג: קאנגרעסלייט, סענאטארן, פאליטיקער, לויער, ביזנעסלייט, אלעס קומט זיך צוזאמן זינגן און לויבן די אויפטוען פון ר' משה דוד נידערמאן פאר וויליאמסבורג אידענטום. (זשאואיש פרעס)
- ש"ס פארטיי קריטיקירט זייער אייגן חבר הכנסת פאר פסקענען הלכה במקום ר' עבודיה יוסף אז א פרוי מען טאר נישט וויילן פאר א פרוי פרעזידענט'קע פון ארץ ישראל. (זשעי. פאוסט)
- ירושלים: חוץ לארץ'דיגע קויפן אפ האלב פון די דירות וואס איז אויף די מארקעט אין צענטער פון שטאט. (גלאובס)
- איזראעליס אינוועסטירן איבער 6 ביליאן דאלער אין חוץ לארץ. (גלאובס)
- בית דין אנולירט גיור פון פופצען יאר צוריק, פסקענדיג אז די גאנצע משפחה געבוירן פון די גיורת פרוי זענען פאלנע גוים פונקט ווי איר. (זשעי. פאוסט)
- ביל קלינטאן מיט ראש לימבאו אין איין רעסטוראנט. (כל העולם כולו)