עטיאפיע

(אַריבערגעפֿירט פון עטיאָפּיע)
פֿעדעראלע דעמאקראטישע רעפובליק פון עטיאפיע
የኢትዮጵያ ፌዴራላዊ

ዲሞክራሲያዊ ሪፐብሊክ
ye-Ītyōṗṗyā Fēdēralāwī Dīmōkrāsīyāwī Rīpeblīk

פאן עטיאפיע
סימבאָל עטיאפיע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: שריט פאָרויס, ליב עטיאָפּיאַן באָדן
אָרט פֿון עטיאפיע
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך אמהאריש
הויפּטשטאָט אדיס אבאבא
רעגירונג פעדעראלע פארלאמענטארישע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
גירמע וואלדע־גיארגיס
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
1,104,300 קוואַדראַט ק"מ
27
0.7
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט



?? מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע
וואַלוטע
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען et.
טעלעפֿאָן קאָד 251+

עטיאָפּיע (אַמהאַריש: ኢትዮጵያ, איטיאפפיאַ, אַפֿאַר: Itiyoophiyaa, איטי־יופֿי־יאַאַ, געעז: ኢትዮጵያ. אראמא: Itoophiyaa, סאמאַלי: Itoobiya, איטוביאאַ, טיגריניאַ: ኢትዮጵያ), אפיציעל די פעדעראלע דעמאקראטישע רעפובליק פון עטיאפיע, איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין דעם הארן פֿון אַפֿריקע. זי באדעקט א שטח פון 1,100,000 קוואדראט ק"מ (דאס צענטע גרעסטע לאנד אין אפריקע), און איר הױפּטשטאָט איז אַדיס אַבאַבאַ. עטיאפיע גרענעצט עריטרעא צו צפון, דזשיבוטי צו צפון־מזרח, סאמאליע צו מזרח, קעניע צו דרום, דרום סודאן צו מערב און סודאן צו צפון־מערב, זי האט א באפעלקערונג פון 109 מיליאן מענטשן (אין יאר 2019).

מער ווי דריי טויזנט יאר איז עטיאפיע׳ס רעגירונג סיסטעם געווען א מאנארכיע. לויט דער עטיאפישער לעגענדע, שטאמען די קעניגן פון עטיאפיע פון שלמה המלך און די מלכה פון שבא.

פאר איבער טויזנט יאר האט געהערשט אין דעם ראיאן דאס קעניגרייך פון אקסום.

אין 1936 האט איטאליע אקופירט עטיאפיע ביז אינמיטן דער צווייטער וועלט-מלחמה. ווערנט דער איטאליענישער הערשאַפֿט האט די רעגירונג געענדיגט שקלאפעריי,[1] וואָס איז געווען איינגעפֿירט אין לאנד הונדערטער יארן.[2] עטיאפיע איז געווען דער ערשטער אומאפהענגיקער אפֿריקאנישער מיטגליד אין דער פעלקער-ליגע און די פאראייניגטע פעלקער.[3] אין 1974, איז די עטיאפישע מאנארכיע אונטער היילי סעלאסי געווארן אראפגעווארפֿן דרוך דעם דערג, א קאמוניסטישע מיליטערישע רעגירונג געשטיצט דורך דעם סאוועטן פֿארבאנד. אין 1987 האט דערג געגרינדעט די פֿאלקס־דעמאקראטישע רעפובליק פֿון עטיאפיע, וואס איז אבער אראפגעווארפן דורך דעם עטיאפישן פאלקס־רעוואלוצינערישן דעמאקראטישן פֿראנט, וואס הערשט אין עטיאפיע זייט דעמאלסט.

עטיאפיע און אויך עריטרעא ניצן די אוראלטע געעז שריפט, וואס איז איינע פון די עלטסטע אלפֿאבעטן אין דער וועלט וואס מען ניצט נאך ביז היינט.[4] זיי האלטן דעם עטיאפישן קאַלענדאַר, וואָס איז הינטערשטעליק דעם גרעגאריאַנישן קאַלענדאַר מיט אומגעפֿער זיבן יאָר און דריי מאנאַטן. דער גרעסטער טייל פון דער באפעלקערונג זענען קריסטן, און דאס היסטארישע קעניגרייך פון אקסום איז געווען איינע פון די ערשטע מדינות וואס האט אפֿיציעל אדאפטירט די רעליגיע. א דריטל פון דער באפעלקערונג זענען מוסולמענער (מערסטנס סוניס). א היפשע באפעלקערונג פון עטיאפישע יידן, באקאנט אלס ביתא ישראל, האבן געוואוינט אין עטיאפיע ביז די 1980ער יארן [5][6] עטיאפיע איז א פֿילשפראכיק פֿאלק, מיט עטלעכע 80 עטנא-לינגוויסטישע גרופעס, פון וועלכע די פֿיר גרעסטע זענען די אראמא, אמהארא, סאמאלי און די טיגראיאנער. אין עטיאפיע ווערן גערעדט—דורך די פארשידענע שבטים און פעלקער—פיר-און-אכציג שפראכן.

נאמעןרעדאַקטירן

לויט דעם בוך פון אקסום און דעם היסטאריקער פליניוס דער עלטערער שטאמט דער נאמען פון עטיאפיוס, א זון פון כוש בן חם.


יידן אין עטיאפיערעדאַקטירן

אין דעם טיגרע ראיאן פון עטיאפיע האט געוואוינט א שבט פון יידן וואס די גוים האבן זיי גערופן פאלאשן.

רעפערענצןרעדאַקטירן

  1. Abolition of Slavery in Ethiopia.
  2. Shivley, K. "Addis Ababa, Ethiopia" Macalester.edu. דערגרייכט דעם 15טן מיי 2008.
  3. "The Reporter – English Edition" ארכיווירט 29 אָקטאָבער 2013 ביי דער Wayback Machine. thereporterethiopia.com.
  4. Page, Willie F. (2001). Encyclopedia of African history and culture: African kingdoms (500 to 1500), Volume 2. Facts on File, 230. ISBN 978-0-8160-4472-6. 
  5. Weil, Shalva (2008) "Jews in Ethiopia", pp. 467–75 in Encyclopaedia of the Jewish Diaspora, Vol. 2. M.A. Erlich (ed.). Santa Barbara, USA: ABC CLIO.
  6. Weil, Shalva (2011) "Ethiopian Jews", pp. 165–66 in Cambridge Dictionary of Judaism and Jewish Culture. Judith Baskin (ed.). New York: Cambridge University Press.