צאנז
|
צאַנז אדער סאנץ (פּויליש: Nowy Sącz) איז א שטאט אין דער קליינפוילישער וואיעוואדעשאפט פון פוילן, 47 ק"מ דרום פון טארנא.
היסטאריע
רעדאַקטירןאין יאר 1298 ווערט נייסאנץ, דאס ערשטע מאל דערמאנט אין היסטארישע אקטן. אין יענעם יאר האט קעניג ווארצלאוו דער צווייטער פון בעמען, וואס האט דעמאלס געהערשט איבער פוילן, געגרינדערט די שטאט נאענט צום וואסער קאמיעניעץ, וואו עס האט זיך געפינען דאס דארף קאמיעניצא, וואס האט ביז דעמאלס געהערט צום קראקעווער בישאף. דער נאמען קאמיעניצא ווערט נאך באניצט אין יאר 1317 שפעטער הייסט שוין די שטאט אויסשליסליך נייסאנץ (Nowy Sącz).
אין דער צייט פון קעניג וולאדיסלאוו לאקיעטעק, האט סאנץ שוין געשפילט א ראלע פון איינער פון די וויכטיקסטע שטעט אין לאנד. אין יענע צייט איז שטארק געשטיגן דער האנדל מיט אונגארן, פון וואנען מען פלעגט אריינפירן וויין, זאלץ, אייזן, שטאָל, קופער, פערד און פארשידענע אנדערע ארטיקלען. סאנץ, וואס האט שטארק קאנקורירט מיט קראקע, האט אויסגעניצט די אינערליכע פאליטישע לאגע אין לאנד. אין יאר 1312 האבן זיך די בירגער פון קראקע, מיט דעם וואיט אלבערט אן דער שפיץ, צעבונטעוועט קעגן קעניג, און געפרוווט צו באזעצן אלס קעניג פון פוילן א פארדייטשטן שלעזישן פירשט. וולאדיסלאוו לאקיעטעק האט דעם קראקעווער בונט דערשטיקט און אלס שטראף, צווישן אנדערע, געגעבן פאר סאנץ די פרעווילעגיעס וואס עס האט פריער פארמאגט קראקע: הענדלערס וואס זענען פארבייגעפארן סאנץ אויפן וועג פון קראקע אדער קיין קראקע, האבן זיך באדארפט אפשטעלן און פארקויפן אין סאנץ זייערע סחורות, אזוילאנג ווי די שטאט וועט זיי נישט לאזן ווייטער פארן ("שטאפלרעכט").
אין יאר 1327 האט דער זעלבער קעניג געגעבן סאנץ דאס רעכט איינצופירן א יארמארק דער 13טער יולי. אלע הענדלערס וואס האבן זיך געקליבן אויף דעם דאזיגן יארמארק, סיי פון טשכויוו און פון קראקע, סיי פון אונגארן אויפן וועג דורך ריטרע און אלטסאנץ זענען געווען באפרייט פון צאל און אלע אנדערע אפצאלן, אין די צייט פון אכט טעג פארן יריד, און אכט טעג נאכן יריד.
דער זון פון לאקיעטעק, קעניג קאזשימיעזש דער גרויסער האט די שטאט באשאנקען מיט נאך ברייטער פרעווילעגיעס, סאנדזער בירגער זענען באפרייט געווארן פון צאל אויפן וועג קיין רייסן (אסט גאליציע) און קיין אונגארן. פון איין קעניג צום אנדערען האבן זיך די פרעווילעגיעס זיך מער פארברייטערט.
די לאגע אין סאנץ האט געברענגט דערצו, אז דארט זענען אפט פארגעקומען וויכטיקע פאליטישע צוזאמענפארן און קעניגליכע באראטונגן.
דאס רייכטהום פון דער שטאט האט געהאלטן אין איין וואקסן, אין 16טן יארהונדערט, האבן צו דער שטאט סאנץ געהערט זעקס דערפער. אויסערדעם, וואס סאנץ איז געווען א האנדלס-צענטער, האט זיך אויך דארט אנטוויקלט א באדייטנדיקע אינדוסטריע, ווי די פראדוקציע פון סערפעס און אזוי אויך די וועבעריי פון וואָל-שטאפן.
צווילינג שטעט
רעדאַקטירןצאנז האט די צווילינג שטעט:[1]
וועבלינקען
רעדאַקטירןרעפֿערענצן
רעדאַקטירן- ↑ a b c d e f g h i j k l m n o p q r s t u v Miasta partnerskie i zaprzyjaźnione Nowego Sącza (Polish). Urząd Miasta Nowego Sącza. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2013-05-23. דערגרייכט דעם 2013-08-01.
- ↑ Miasta Partnerskie. דערגרייכט דעם 1טן מיי 2014.
- ↑ Netanya - Twin Cities. Netanya Municipality. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2013-02-01. דערגרייכט דעם 2013-08-01.
- ↑ Twin Towns. gabrovo.bg. דערגרייכט דעם 27סטן אפריל 2014.