קליינפוילישע וואיעוואדעשאפט

קליינפוילישע וואיעוואדעשאפט (וואיעוואדעשאפט)
Województwo małopolskie
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע 1999
קאָאָרדינאַטן 49°52′N 20°16′E / 49.867°N 20.267°E / 49.867; 20.267קאארדינאטן: 49°52′N 20°16′E / 49.867°N 20.267°E / 49.867; 20.267
שטעט אין ראַיאָן 3
הויפּטשטאָט פון וואיעוואדעשאפט קראקע
שטח 15,108 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין וואיעוואדעשאפט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

3,267,731‏
220 באוואוינער א ק"מ2
http://www.malopolskie.pl/

די קליינפוילישע וואיעוואדעשאפט (פּויליש: województwo małopolskie מאלאפאלסקא) איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין דרום פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער קראקער, טארנער, צאנזער און (טייל פון) בילסקער, קאטאוויצער,קעלצער און קראסנער וואיעוואדעשאפטן.

דער נאמען פון דעם פראווינץ דעם היסטארישן ראיאן פון קלייפוילן, וואס איז געווען אסאך גרעסער פון דער היינטיקער וואיעוואדעשאפט. איר הויפטשטאט איז קראקע.

די פראווינץ האט גרענעצן מיט דער שלעזישער וואיעוואדעשאפט צו מערב, שווענטאקזשיקיע וואיעוואדעשאפט צו צפון, אונטערקארפאטיע צו מזרח און סלאוואקיי צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 15,108 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 3,267,731 (אין 2006). די פראווינץ געפינט זיך אויפן קרייצוועג פון די אינטערנאציאלע רוטעס פון דרעזדן קיין קיעוו און דאנציג קיין בודאפעשט.

שטעט און שטעטלעך

רעדאַקטירן

די גרעסטע שטעט און שטעטלעך אין דער קליינפוילישער וואיעוואדעשאפט זענען (לויט דער באפעלקערונג אין 2006):

  1. קראקע (756,757)
  2. טארנע (117,109)
  3. צאנז (84,594)
  4. אשפעצין (40,979)
  5. קשאנאוו (39,797)
  6. עלקוש (37,552)
  7. ניימארק (33,493)
  8. באכניע (29,373)
  9. גארליץ (28,539)
  10. זאקאפאן (27,486)