סאמבאר

שטאט אין אוקראיניע
סאמבאר
Самбір
Flag of Sambir.svg Coat of Arms of Sambir.svg
Самбор. Бывшее казначейство..jpg
די געוועזענע אוצר געביידע
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
גרינדונג דאַטע 13טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 49°31′N 23°12′E / 49.517°N 23.200°E / 49.517; 23.200קאארדינאטן: 49°31′N 23°12′E / 49.517°N 23.200°E / 49.517; 23.200
אבלאסט לעמבערג
בירגערמייסטער ראמאן שראמאוויאט
שטח 24 קוואדראט ק"מ
הייך 306 מעטער
באַפעלקערונג (2017)

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײַט

35,500‏
1,458 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2
sambirrda.gov.ua

סאַמבאָר (אוקראיניש: Самбір; פּויליש: Sambor) איז א שטאָט אויפן לינקן ברעג פונעם טייך נעסטער אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע, נישט ווייט פונעם פוילישן גרענעץ. די שטאָט איז אן אייגענער באצירק אין דער גובערניע.

פון 1772 ביז 1917 איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.

געשיכטערעדאַקטירן

די געשיכטע פון סאמבאָר הייבט אָן מיט א זידלונג אונטער דעם נאָמען סאמבאָר (היינט די אלטשטאָט) וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין דעם 12טן יאָרהונדערט אין דעם פירסטנטום האליץ' (גאליציע). אין 1241 האָבן די טאטארן פארברענט די שטאָט. טייל פון דער באפעלקערונג, בעיקר די וועבער, האָבן זיך געצויגן צום דאָרף פּאָהאָניטש, 12 ק״מ פון אלטשטאָט, וואו זיי האָבן שפעטער אויפגעשטעלט דעם יישוב ניי־סאמבאָר.

אין 1340 איז פּאָהאָניטש געקומען אונטער דעם קעניגרייך פון פוילן. אין דעצעמבער 1390 האָט מען באקומען די דערלויבעניש אויפצושטעלן א שטאָט אויף דעם פלאץ פון דאָרף און די באקומט דעם נאָמען ניי־סאמבאָר.

געאגראפיערעדאַקטירן

סאמבאָר געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 75 ק"מ דרום פון לעמבערג און 29 ק"מ צפון־מערב פון דראָהאָביטש.

יידישע היסטאריערעדאַקטירן

דער ערשטער באריכט פון יידן אין סאמבאָר איז אין 1447. אין 1542 האָט מען פארבאָטן יידן צו וואוינען אין דער שטאָט. אין 1735 האָט מען דערלויבט די יידן צוריקצוקומען קיין סאמבאָר און בויען א שול.

אין 1772 איז די שטאָט אריבער צו עסטרייך, און מען האָט פארבאָטן די יידן צו וואוינען אין רוב טיילן פון דער שטאָט.

אין ה'תרל"ח האט אויפגעשטעלט דעם ערשטן חסידישן הויף אין סאמבאָר.

אין 1880 האבן געוואוינט אין סטרי 4,427 יידן, און אין 1921 האבן געוואוינט דאָרט 6,068 יידן.‏[1]

רבי משה'לע סאמבורער האט געדינט אלס רב אין סאמבאר איידער זיין ברודער דער עטרת צבי איז אוועק

נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה האט מען אויפגעשטעלט אין סאמבאָר א בית יעקב שולע פאר מיידלעך.

דער לעצטער רב פון סאמבאָר איז געווען הרב נפתלי הירץ באָמבאך, דער מחבר פון "גבעת הלבונה".

צווילינג שטעטרעדאַקטירן

סטרי האט די צווילינג שטעט:

רעפערענצןרעדאַקטירן

  1. "סאמבאר", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סאמבאר