לעמבערגער גובערניע

אבלאסט (גובערניע) פון אוקראינע
לעמבערג (אבלאסט)
Львівська область
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
גרינדונג דאַטע 4סטן דעצעמבער 1939
שטעט אין ראַיאָן 44
הויפּטשטאָט פון אבלאסט לעמבערג
שטח 21,833 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין אבלאסט

2,497,750‏  (שטייענדיג 2021)
צײַט זאָנע UTC+2

לעמבערג גובערניע (אוקראיניש: Львівська область, לוויווסקאַ אבלאַסט; אויך באקאנט אונטערן נאמען לוויוושטשינא - אוקראיניש: Львівщина)) איז אן אבלאסט (גובערניע) פון מערב אוקראינע. די הויפטשטאט פון דער גובערניע איז לעמבערג.

ראיאנען אין לעמבערג גובערניע

היסטאריע

רעדאַקטירן

די גובערניע איז געשאפן געווארן ווי א טייל פון דער אוקראינישער סאוועטישער סאציאליסטישער רעפובליק דעם 4טן דעצעמבער, 1939, נאך דער סאוועטער אינוואזיע פון פוילן.

די גובערניע געפינט זיך ביים טויער פון די קארפאטישע בערג, און האט געטוישט הענט א סך מאל איבער די יארהונדערטער.

פון 1200 ביז 1340 איז די געגנט געווען אן אומאפהענגיק לאנד, גאליציע-וואהלין, דערנאך האט זי געהערשט פוילן-ליטע ביז 1772. דערנאך האט געהערשט די עסטרייכע אימפעריע ביז 1918, און פוילן (פון 1918 ביז 1939). די פוילישע און עסטרייכע ירושה איז קענטיק אין דער גובערניע ביז צום היינטיקן טאג.

ביי דער מלחמה איז דער געגנט, מיט גאנץ מערב אוקראינע, געווארן א טייל פונעם ראטן פארבאנד. ווען דער ראטן פארבאנד איז איינגעפאלן אין 1991, איז לעמבערג גובערניע געווארן א טייל פון דער אומאפהענגיקער אוקראינע.


שטעט אין לעמבערג גובערניע

רעדאַקטירן

שטעטלעך אין לעמבערג גובערניע

רעדאַקטירן