דארלינג טייך
דער דאַרלינג טייך (ענגליש: Darling River) איז דער לענגסטער טייך אין אויסטראליע. דער טייך טריקענט דעם מערב טייל פון נייער דרום וויילס, צפון וויקטאריע, דרום קווינסלאנד און טיילן פון דרום אויסטראליע.
דארלינג טייך | |
---|---|
דער דארלינג לעבן בורק | |
לענג | 2739 קילאמעטער |
קוואל | בראווארינע |
הייך פונעם טייכס קוואל | 119 מעטער |
דורכשניטלעכער אויסגאס | 100 קובישע מעטער א סעקונדע |
לענדער אין דרענאזש בעקן | אויסטראליע |