דער וואלגא (רוסיש: Волга) איז דער גרעסטער טייך אין אייראפע אין דער לענג, אויסגאס און וואסערשייד. ער פליסט אדורך צענטראלן רוסלאנד, און ווערט פאררעכנט דעם נאציאנאלן טייך פון רוסלאנד. פון די צוואנציג גרעסטע שטעט אין רוסלאנד, געפינען זיך עלף, כולל די הויפטשטאט מאסקווע, אין דעם וואלגאס דרענאזש בעקן. לענגאויס דעם וואלגא טרעפט מען די גרעסטע רעזערוווארן אין דער וועלט. אין די דריי ווינטער חדשים ווערט דער וואלגא פארפרוירן אין מערסטן טייל פון זיין לענג.

וואלגא
Волга
לאקאציע
לענדער רוסלאנד
אייגנשאַפֿטן
לענג 3,530 קילאמעטער
קוואל וואלדאי בערג
הייך פון קוואל 225 מעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס 8,060 מ3 א סעקונדע
דרענאזש בעקן 1,360,000 קוואדראט קילאמעטער
לענדער אין דרענאזש בעקן רוסלאנד
דרענאזש בעקן פונעם וואלגא
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער