ניאגארא פאלס

(אַריבערגעפֿירט פון נייאגרא)

ניאגארא פאלס (ענגליש: Niagara Falls) איז א גרופע פון מאסיווע וואסערפאלן אויפן ניאגארא טייך אין מזרח צפון אמעריקע. די וואסערפאלן זענען די גרעסטע אין צפון אמעריקע און ברענגט אהין צענדליגער מיליאנען באזוכער יעדע יאר.

ניאגרא פאלס

די וואסערפאל אויף דער קאנאדישער זייט איז דער וועלט'ס מערסט רוישיגע וואסערפאל. עס זענען פאראן פיל העכערע און פיל ברייטערע וואסערפאלן אין אפריקע אבער קיינע פון זיי לאזן נישט אראפ אזויפיל וואסער אויפאיינמאל.

די ניאגארא וואסערפאלן געפינען זיך ביי די גרעניצן צווישן ניו יארק און אנטעריא פראווינץ פון קאנאדע. די וואסערפאלן געפינען זיך אינעם ניאגארא טייך וועלכע איז א שמאלע לענגליכע טייכל וועלכע שלענגעלט זיך פון דער גרויסער אזערע ראיאן וועלכע איז א טייל פון די גרויסע אזערעס (שענסטע אזערעס) וועלכע טיילן אפ די מזרח שטעט פון ניו יארק, פענסעלוועניע, אהייא, מישיגן, וויסקאנסין, און אינדיאנע מיט די דרום שטעט פון קאנאדע ווי טאראנטא, לאנדאן, מיסעסאוגע, העמילטאן און נאך.

פון ניאגארא פליסט דאס וואסער אריין אין לעיק אנטעריא וועלכע איז די גרעסטע פון די פינף גרעיט לעיקס. סייענטיסטן (וויסנשאפטלעכע) גלייבן אז דאס וואסער פון לעיק עריע וועט עווענטועל אויסרינען און די וואסערפאלן וועלן זיך אפשטעלן. אין די לעצטע 50 יאר האבן אינדזשענירן עטליכע מאל בעארבעט די פלוס פון וואסער און מיט דעם פארלאנגזאמט די וואסערפאלן אז עס זאל נעמען וואס לענגער ביז עס וועט אויסרינען. אבער נאך אלץ גלייבן זיי אז דאס וועט עווענטועל אויסרינען.

די וואסערפאלן זענען צעטיילט צו דער אמעריקאנער זייט און דער קאנאדער זייט וויבאלד די גרעניץ לויפט אינמיטן די נייעגרע טייך. די וואסערפאל אויף די אמעריקאנער זייט געפינט זיך צווישן פראספעקט פאוינט און די גאוט אינדזלען און אויף די קאנאדישע זייט פאלט עס צווישן די גאוט אינזלן און טעיבל ראוק. די קאנאדישע וואסערפאל רופט זיך האורסשו (שיך פון א פערד) צוליב איר פארעם. די אמעריקאנער וואסערפאל איז איין לאנגע גלייכע פאל פון 1,060 פיס (320 מעטער) ברייט וואו 150,000 גאלאנען וואסער פאלן 176 פיס יעדע סעקונדע. אויף די קאנאדער זייט איז עס פיל אינטערעסאנטער וויבאלד עס גייט רינדיג און איז ברייט 2,600 פיס. די הייך איז 167 פיס וואו עס פאלן 600,000 גאלאנען וואסער פער סעקונדע. די הייך פון די פאל אויף די אמעריאנער זייט איז אביסל העכער אבער וויבאלד עס זענען דארט פאראן שטיינער וועלכע גייען ארויף צענדליגער פיס בלייבט די קאנאדער זייט אויך פיל העכער. (עס איז פאראן אויך א דריטע וואסערפאל א שפאן פון די אמעריקאנער וואסערפאל וועלכע איז שמאל און רופט זיך די ברידעל וועיל פאללס).

עס זענען פאראן דארט דריי בריקן ביז 6 מייל ווייט פון די וואסערפאל. די נענטסטע בריק איז די רעינבאו בריק וועלכע איז נישט אפן פאר אויטאס נאר פאר פיסגייער און ביציקלעך. ווייטער ארויף איז פאראן די וואורפול בריק וועלכע האט פארשידענע רעגולאציעס ווער עס קען יא אריבערגיין די בריק און ווער נישט. די גרינגסטע וועג אריבערצוגיין אויף די קאנאדער זייט איז דורך די לואיסטאן-קווינסטאן בריק וועלכע געפינט זיך 5.6 מייל ווייט פון די וואסערפאל.

די וואסערפאל קען געזען ווערן פון צענדליגער פלעצער. עס זענען פאראן דארט שטאטישע פארקס פון ביידע זייטן פון וואו מען קען זייער גוט זען. פון רוב האטעלס נאנט צו די וואסערפאלן קען מען גאר גוט זען די וואסערפאלן.

ווינטער זענען די וואסערפאלן נישט אזוי פליסיג וויבאלד טייל פון דאס וואסער ווערט פארפרוירן. דאס וואסער איז דאס מערסטע רוישיג אין די פרילינג מאנאטן ווען אלע שניי לאזט זיך אויף און רינט אריין אינעם טייך וועלכע גייט שפעטער אראפ די וואסערפאלן. אינעם זומער זענען די וואסערפאלן עטוואס ווייניגער רוישיג און עס הערשט דארט טיילמאל א שטארקע נעפל העכער די וואסערפאלן אין דערין זעט זיך א קלארע רעגנבויגן.

טוריסט אינדוסטרי

רעדאַקטירן

די צווילינג שטעט פון ניאגארא פאלס, ניו יארק און ניאגארא פאלס, אנטעריא אפערירן אינאיינעם א ריזיגע טוריסט אטראקציע ארט וועלכע ברענגט דארט צענדליגע מיליאנען מענטשן שוין פאר איבער הונדערט יאר. עס זענען פאראן דארט קליינע שטעט וועלכע זענען געבויט נאר פאר דעם צוועק. גיגאנטישע האטעלן זענען געבויט נישט ווייט פון די ברעגעס און ביידע שטעט אפערירן שטאטישע פארקס וועלכע ערלויבן אויג פארכאפענדע סצענעס פון די וואסערפאלן פריי פון אפצאל.

גאר אינטרעסאנטע אטראקציע פונקטן זענען אויפגעשטעלט געווארן במשך די יארן, אריינגערעכנט די דזשורני ביהיינד די פאלס און די היסטארישע מעיד אוו די מיסט.

היסטאריע

רעדאַקטירן
 
א האלץ-בילד פונעם יאר 1837

סייענטיסטן (וויסנשאפטלעכע) גלייבן אז די וואסערפאלן זיינען געשאפן געווארן בערך טויזענט יאר צוריק. זיי האלטן אז די גאנצע געגנט איז אמאל געווען פארפרוירן א גאנץ יאר און ווען די אייז איז פארגאנגן און די פלוס פון וואסער האט אנגעהויבן קומען איז די וואסערפאלן אויסגעפארעמט געווארן.

געאגראפיע טוישט זיך און דאס איז געשטעלט געווארן אין יאר 1954 ווען ריזיגע שטיינער האבן אנגעהויבן פאלן פון דער ערד אונטער די וואסערפאלן. עס איז נאר פארשטענדליך אז פון אזויפיל מיליאנען גאלאנען וואסער וועלכע פאלן מיט אזא אימפאקט האט דאס אן עפעקט אויף דער ערד אונטער די וואסער און זאכן טוישן זיך מיט די יארן.

דער ערשטער מענטש וואס האט באזוכט און פארציילט וועגן די ניאגארא וואסערפאלן איז געווען סעמועל די טשעמפעלין, א פראנצויזישער פארשער, וועלכער האט באזוכט דאס פלאץ אין יאר 1613. עטליכע צענדליגע יארן שפעטער האט א פלעמישער פארשער אויך דארט דעגרייכט און האט געשריבן א בוך דערוועגן אין יאר 1678 און דאס צוריק געשיקט קיין אייראפע.

ווען די שטיינער זענען געפאלן אין 1954 האבן אמעריקאנער פארשער אונטערגענומען א שטודיע וועגן די ערד אונטער די וואסער. כדי צו קענען פארשן האבן זיי אפגעשטעלט די אמעריקאנער וואסערפאל דורך בויען א דאמבע נעבן די וואסערפאל. מען האט אויסגערייניגט דאס פלאץ פון אפגעשוואכטע שטיינער און ווען די אויספארשונג איז פארטיג געווארן האט מען אויפגעלעזט די דאמבע און דאס וואסער האט נאכאמאל אנגעהויבן פליסן ווי בעפאר.

עלעקטריק קראפט

רעדאַקטירן

זינט אזויפיל וואסער פאלט דארט מיט אזא קראפט האבן טעכניקער נאך איבער 150 יאר צוריק אויסגעפלאנט וויאזוי מען קען באקומען עלעקטריק דורך די קראפט וועלכע ווערט געשאפן פון די וואסערפאל. אין 853' האט מען צום ערשטן מאל אנגעהויבן געניסן פון די קראפט ווען מען האט געבויט ספעציעלע קאנאלן וועלכע זענען געגאנגען ביז פעקטאריס וועלכע זענען אויפגעבויט געווארן נאנט צו די וואסערפאלן. אונטער די געביידעס האבן די טעכניקער אויפגעבויט ריזיגע מילעכילס וועלכע איז געטריבן געווארן פון די פלוס פון דאס וואסער און האט געגעבן קראפט צו זייערע מאשינען.

אין 896' האט מען אויף די אמעריקאנער זייט אויפגעבויט די ערשטע היידרא-עלעקטריק פאוער פלענט וועלכע האט געשאפן עלעקטריק וועלכע איז געשיקט געווארן צו דערנעבנדיגע היימען און פעקטאריס. אין 950' האבן אמעריקע און קאנאדע אונטער געשריבן אן אפמאך איבער וויפיל וואסער זיי מעגן אוועקנעמען פון די ניאגארא טייך צו בויען גיגאנטישע עלעקטריק פלענטס. באלד דערנאך האבן ביידע לענדער אויפגעבויט גיגאנטישע פאוער פלענטס פון וועלכע טויזענטער היימען באקומען עלעקטריק ביז'ן היינטיג'ן טאג. די פלענט אויף די אמעריקאנער זייט גיט ארויס 2,400,000 קילא-וואטס פון עלעקטריק און די פלענט אויף די קאנאדער זייט גיט ארויס 1,815,000 קילא-וואטס. ביידע פלענטס שאפן די עלעקטריק ארום 4 מייל אונטער די וואסערפאלן וואו דאס וואסער ווערט אראפגעטריבן אין אונטערערדישע קאנאלן און טרייבט טורבין מאטארן וועלכע באשאפן עלעקטריק וועלכע ווערט גענוצט אין די ארומיגע געגענטער אויף ביידע זייטן פון די גרעניץ.


אינטערעסאנטע פאקטן

רעדאַקטירן

די נייעגרע טייך איז א טייל פון די גרעיט לעיקס וועלכע פארמאגן אלע אינאיינעם 20 פראצענט פון די וועלט'ס פרישע וואסער. רוב פון די וואסער גיט אדורך די ניאגארא טייך און פאלט אראפ די וואסערפאלן עטליכע מאל פער יאר.

איבער די ווינטער ווערן רוב וואסער אין די לעיקס פארפרוירן אבער די נייעגרע וואסערפאלן שטעלן זיך נישט אפ. דאס וואסער ווערט פארפרוירן נאר פון אויבן און די וואסער אונטער דעם פליסט ווייטער אראפ די וואסערפאלן. אויף די אונטערשטע טייל פון די לעיק ווערט דאס וואסער פארפרוירן אבער נאנט צו די וואסערפאלן קען דאס נישט פארפרוירן ווערן ווייל די שטענדיגע וואסער פלוס לאזט דאס נישט צו.

ביז דאס יאר 912' פלעגן מענטשן קומען קיין ניאגארא אין די ווינטער און האבן שפאצירט אויף די אייז אויף די אונטערשטע טייל פונעם טייך און האבן געהאט א גוטע פאנאראמע פון די וואסערפאלן. דאס ארט האט אין יענע יארן באקומען דעם צונאמען די אייז בריק און צענדליגער טויזענטער מענטשן פלעגן קומען דארט יעדע ווינטער. די אייז בריק איז פארשלאסן געווארן פאר מענטשן אין די ווינטער פון 912' נאכדעם וואס 3 טוריסטן זענען אומגעקומען ווען די אייז אונטער זיי האט זיך אונטערגעבראכן און זיי זענען דערטרונקן געווארן. זינט דעמאלט לאזט מען מער נישט גיין אויף די אייז אפילו אין גאר קאלטע ווינטערס ווען עס ווערט שטארק פארפרוירן.

אמאל פלעגט אין די ווינטער פאלן ריזיגע שטיקער אייז וועלכע זענען מיטגעשווימען אראפ די וואסערפאלן. נאכדעם וואס די ענערגיע פלענטס זענען געבויט געווארן האט מען איינגעשטעלט א ספעציעלע סיסטעם וועלכע האלט אפ די אייז פון שווימען נאנט צו די וואסערפאלן ווייל די פאלנדיגע שטיקער אייז קען שטערן און שאדן מאכן די פלענטס.

נאר איינמאל וואס מען ווייסט זענען ביידע וואסערפאלן גענצליך אפגעשטעלט געווארן. דאס איז געווען אין יאר 848' ווען ריזיגע שטיקער אייז האבן בלאקירט דאס וואסער און די וואסערפאלן האבן זיך אפגעשטעלט פאר עטליכע שטונדן. דאס וואסער האט נישט געפרוירן און איינמאל די אייז זענען אוועקגעשווימען איז דאס וואסער ווייטער געפאלן ווי בעפאר.

דאס גערודער וואס די וואסערפאלן מאכן קען געהערט ווערן מיילן ווייט אויב אלעס איז שטיל. די גערודער איז איינגענעם צו הערן אפילו ווען מען שטייט נאנט צו די וואסערפאלן.

די וואסערפאלן שיינען יעדע נאכט דורך ספעציעלע קאלירטע לעקטערס וועלכע זענען אינסטאלירט קעגן איבער ביידע וואסערפאלן. דורכאויס די זומער מאנאטן מאכט מען פייערוואורקס נעבן די וואסערפאלן יעדע פרייטאג צו נאכטס און יעדע זונטאג נאכט. אויסערדעם איז פאראן ספעציעלע פייערוואורקס פארשטעלונגן 4 מאל פער יאר. זיי זענען: מעמאריעל דעי, יולי דעם פערטן, און די קאנאדישע חגאות פון וויקטאריע דעי, און קאנאדע דעי אום יולי דעם ערשטן.

דער קראפט פון דאס וואסער איז גענוג שטארק אומצוברענגן א מענטש אויב מען שטעקט נאר אריין די קאפ אונטער דאס וואסער. צענדליגער מענטשן באגייען זעלבסמארד יעדעס יאר אין נייעגרע דורך אריינשפרינגן אין די וואסערפאלן.


ניאגארא דעירדעווילס

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ניאגארא דעירדעווילס


צוליב איר מאסיווקייט איז ניאגארא פאלס געווען א פלאץ מיט וועלכע קונצלער האבן געגליכן צו געווינען אויפמערקזאמקייט מיט זייערע קונץ שטיק. נאך בעפאר ניאגארא פאלס איז געווארן אן אטראקציע פונקט האבן געוויסע קונצלער באוויזן אהינצוברענגן טויזענטער צו ווייזן פארשידענע קונצן ווי שפאצירן העכער'ן וואסערפאל אויף א שטריק און שפעטער א שטיק פון זיך אריינלייגן אין א קאסטן און דערמיט אראפפאלן די וואסערפאל.