ניאגארא דעירדעווילס
ניאגארא דעירדעווילס ווערן גערופן די ריזיקע נעמער וועלכע האבן פרובירט זיך אראפווארפן די ניאגארא וואסערפאל און איבערלעבן דורך פארשידענע וועגן. טייל האבן איבערגעלעבט און טייל נישט און היינט איז דאס אומלעגאל צו פרובירן.
היסטאריע
רעדאַקטירן16 מענטשן האבן שוין באוויזן אראפצופאלן די וואסערפאלן אין א ספעציעלע פאס פון וועלכע 11 פון זיי האבן דאס איבערגעלעבט סוקסעספול.
פארשטייט זיך אז די אלע וואס האבן דאס געטאן האבן געזוכט אביסל איטענשאן וועלכע 11 פון זיי האבן טאקע באקומען. דאס געזעץ ערלויבט נישט דאס צו טאן און טייל פון זיי האבן באקומען א געלט שטראף וועלכע איז געווען א טייל פון די קאסטן צו באווייזן דעם שטיק.
די ערשטע מענטש וואס איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק איז געווען א 63 יעריגע פרוי, אנא טעילאר, א סקול לערערין פון מישיגען אין יאר 901'. זי האט גענוצט א פיקל פאס און דאס צוגעשטעלט מיט עטליכע חכמות און האט איבערגעלעבט דעם פאל. זי האט באקומען איר כבוד און האט געחלו'מט פון ארומפארן די וועלט פארציילן איר שטיק און דערפון רייך ווערן. למעשה איז זי געשטארבן א ארימע פרוי.
דאס האט אבער נישט צוריק געהאלטן אנדערע צו פרובירן דעם משונה'דיגן שטיק.
דער צווייטער איז געווען א קונצלער פון ענגלאנד וועלכער האט באוויזן עטליכע קונצן אינאיינעם, אריינגערעכנט אראפטאנצן פון די וואורפול בריק מיט א פאראשוט. זיינע ערשטע קונצן זענען אדורך בשלום אבער זיין נייעגרע וואסערפאל האט אים צעבראכן פילע ביינער און ער איז געלעגן 6 מאנאטן אין שפיטאל.
דער דריטער, אויך א קונצלער פון ענגלאנד, האט דאס אבער נישט באוויזן און זיין פעסל איז געטראפן געווארן נאר מיט איינע פון זיינע הענט.
דער פערטער, א קוויבעקער, האט געלאזט פראדוצירן א ספעציעלע ראבער באל אין וועלכע ער איז אראפגעפאלן די וואסערפאלן און איבערגעלעבט.
דער פינפטער איז געווען א ניו יארקער וועלכער האט זיך אריינגעזעצט אין א פעסל אינאיינעם מיט זיין הונטל. ווי עס הייסט האט ער דורכגעמאכט דעם פאל אבער זיין פעסל איז שטיין געבליבן אונטער די פארהאנג פון די פאלנדיגע וואסער וואו עס איז נישט פאראן קיין לופט. עס האט גענומען 18 שטונדן אים צו ראטעווען אבער ער האט נאר געהאט גענוג אקסיגן פאר עטליכע שטונדן און איז אומגעקומען. זיין הונטל האט איבערגעלעבט.
נאך אים איז נאך איינער געשטארבן ווען ער האט פרובירט מאכן אן אנדער פעסל פון פארשידענע מאטריאלן.
אין 961' האט א שווארצער פון בראנקס דורכגעמאכט דעם שפיל נישט פאר איטענשן נאר פאר אינטערסאנטקייט. ער איז געווען דער ערשטער צו באשטראפט ווערן פאר זיין אקט מיט $100.
אין 984' האט א קאנאדער אויך דורכגעמאכט די רייזע אין א מאדנע פאס וועלכע ער האט צוזאמענגעשטעלט מיט עטליכע קונצן. ער האט דאס געבויט לייכטער פון איין זייט וואו ער האט געלייגט זיין פיס און האט זיך אזוי פארזיכערט צו פאלן מיט די פיס אראפ. ער איז געווען דער ערשטער וואס האט מיטגענומען א ראדיא מיט וועלכע ער האט קאמיוניקירט מיט זיינע מיטהעלפער. ווען ער איז אנגעקומען אונטן האט א פאלציי שיפל אים געכאפט און ארעסטירט. ער איז באשטראפט געווארן מיט $500. א יאר דערויף איז ער געשטארבן פרובירנדיג אן אנדערע קונץ.
אין 985' האט א מעכאניק דורכגעמאכט דעם שפיל און האט נאכאמאל פרובירט אין 990' ווען זיין פעסל איז שטיין געבליבן הארט בעפאר די וואסערפאל און מען האט אים געמוזט ראטעווען מיט א קרעין. ער האט אבער נישט אויפגעגעבן און נאכאמאל פרובירט אין 93' און נאכאמאל האט ער דאס דורכגעמאכט ווערנדיג דער ערשטער צו באווייזן דעם קונץ צוויי מאל און ביידע מאל איבערלעבן.
אין דעם זעלבן יאר (985') האט א 22 יעריגער דורכגעמאכט דעם וואסערפאל און האט אויך פרובירט א צווייטע מאל אין 95' און דאסמאל האט ער מיטגענומען א חבר. זיי האבן איבערגעלעבט און זענען געזעצן א וואך אין טורמע און באצאלט $7,000 אינאיינעם.
די צוויי זענען אבער נישט געווען די ערשטע צו גיין אינאיינעם ווען אין 988' האבן צוויי מענטשן דורכגעמאכט דעם שפיל אינאיינעם און זענען ארויסגעקומען אומבארירט. אנדערע צוויי מענטשן האבן אין יענעם יאר אויך פרובירט אבער זייער פעסל האט געמאכט פראבלעמען און זיי האבן געמוזט געראטעוועט ווערן און זענען באשטראפט געווארן מיט $20,000.
אינדערצווישן האט א יונגער קאנאדער פרובירט אריבערגיין דעם וואסערפאל מיט א קאיאק שיפל. ער איז געווען זיכער אז ער וועט איבערלעבן און האט געמאכט רעזערוועישנס פאר א נאכטמאל אין א רעסטוראנט נאכ'ן שפיל. זיין קערפער איז קיינמאל נישט געפינען געווארן אבער זיין שיפל איז געפינען געווארן באלד דערנאך אן קיין קלאפ. דער גאנצער שפיל איז אויפגעכאפט געווארן אויף ווידעא דורך זיינע פריינט און דערפאר האט ער נישט אנגעטאן קיין העלמעט ווייל עס וואלט פארשטעלט זיין געזיכט. אויך א לייף דזשעקעט האט ער נישט אנגעטאן אין פאל ער וועט בלייבן שטיין און וועט האבן פראבלעמען ארויסצוקריכן דערפון.
אין 95' האט איינער פון קאליפארניע פרובירט אן אנדערע שפיל מיט א דזשעטסקי שיפל. ער האט מיטגענומען א פאראשוט און האט געפלאנט דאס צו עפענען איינמאל ער פליט העכער די וואסערפאל. זיין פלאן האט זיך נישט אויסגעארבעט ווען זיין פאראשוט האט זיך נישט געעפענט און ער איז אומגעקומען.
דער לעצטער און וואנדערליכסטער שפיל איז פארגעקומען אין 03' ווען א מענטש מיט'ן נאמען קורק דזשאונס האט אראפגעשווימען די וואסערפאל אויף זיין רוקן אין זיינע בלויזע קליידער און איבערגעלעבט. ער האט אפילו אנטזאגט פון געראטעוועט ווערן דורך א שיף און איז אליינס ארויסגעקראכן פון דעם טייך. דער מענטש האט קיינמאל נישט אויסגעזאגט זיין סוד וויאזוי ער האט איבערגעלעבט אבער זיינע נאנטע האבן געזאגט אז ער האט יארן גערעדט אז ער ווייסט פון א געוויסע פלאץ וואו מען קען פאלן און איבערלעבן.
ער איז אבער נישט געווען דער ערשטער צו איבערלעבן אזא זאך. אין 960' זענען א ברודער און שוועסטער געשווימען אין א שיפל וועלכע האט זיך איבערגעקערט און זיי זענען אלע געשלעפט געווארן צו די וואסערפאל. דער שיף אפערירער איז אומגעקומען און די 17 יעריג מיידל איז געראטעוועט געווארן ביים עק פון דעם אויבערשטן טייל פון דעם טייך דורך צושווימען צום ברעג וואו זי איז ארויסגעצויגן געווארן דורך עטליכע מענטשן, אריינגערעכנט א פאליציי אפיציר וועלכער איז פונקט דארט געשטאנען. דער 7 יעריג יונגל, ראבערט וואודווארד, איז אראפגעפאלן און איז געטראפן געווארן לעבעדיג דורך די מעיד אוו די מיסט שיף וועלכע'ס מאנשאפט האט אים געראטעוועט.
אויסער אראפאלן די וואסערפאל האבן צענדליגער קונצלער באוויזן אריבערצוגיין העכער די וואסערפאלן אויף א שטריק דורך פארשידענע וועגן. אסאך פון זיי זענען אומגעקומען.