מתתיהו מילער (געבוירן ה' תמוז ה'תשל"ט), באקאנט אלס מתתיהו, איז א בעל תשובה א געוועזענער לובאוויטשער וואס זינגט דזשאמייקישן רעגיי.

מתתיהו מילער
Matisyahu
געבורט 30 יוני 1979 (אלט 45)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
matisyahuworld.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ווערענדיג געבוירן צו פרייע ליבעראלע אידישע עלטערן אין וועסט טשעסטער, פענסילוועניע. דערנאך האט זיך זיין פאמיליע אריבערגעצויגן קיין ווייט פלעינס, ניו יארק.

אין די שפעטערע 1990ער יארן איז ער געווארן נתקרב צו אידישקייט דורך חב"ד, נאכדעם וואס זיין נשמה האט געפלאקערט מיט ספיריטואלע אינספיראציע דורך זיין מוזיק. אין 2001 איז ער געווארן א פולשטענדיגער בעל תשובה, און האט אנגעהויבן שפילן מיט דער אידישער קאפעליע פא-דלית.

דערנאך האט ער חתונה געהאט און געבוירן איין קינד, זיך אפגעבנדיג מיט זיין מוזיק און לערנענדיג תורה אין איינע פון די ליובאוויטשער ישיבות אין זיין וואוין ארט קרוינהייטס. שפּעטער האָט ער זיך געצױגן צו ברסלב.[1].

דעצעמבער 2011 האָט ער זיך אפּגעשוירן זײַן באָרד,שפעטער האט ער זיך עס געלאזט צוריק וואקסן. [2]

 
מתתיהו

זיין סטיל

רעדאַקטירן

מתתיהו האט אן אייגענארטיגן סטיל אין רעפ, וואס איז א געמיש פון רעגיי, רעפ, מיט גיטאר סאלא וועלכע מען געפינט מער ביי ראק מוזיק קאפעליעס.

זיין זינגען ווערט באשריבן דורך די וועלט בארימטע קריטיקס אין ניו יארק טיימס און שיקאגא טריבונע שרייבער קעווין פאנג, אלס א נשמה-אויפשאקלער, וואס דרינגט אריין ביז די חדרי הלב.

מתתיהו ווערט פאפולער

רעדאַקטירן

מתתיהו איז היינט א פאפולערער רעגיי זינגער און איז באקאנט אין גאנץ אמעריקע. זיינע אלבאמען זענען א צעכאפעניש.

ער טרעט אויף אין פרייע וועלטליכע קלאבס און קאנצערטן אויף טעלעוויזיע ארום דער גארער וועלט, אלעס מיט זיין פולער חסידישער טראגע. אלע זיינע ניגונים זענען פיל מיט ווערטער וואס רופן צו דער נשמה צו עבודת ה'. שמחה און חסידישע באגריפן, ער באנעמט זיך זייער איידל און פיל מיט הכנעה. זיין פירונג רופט ארויס טיפע רעספעקט פון אלעמען איבער דער וועלט, מיט זיין שטרענג זיך האלטן צו דער אידישער תורה געזעצן און פארבאטן אפילו אין די שווערסעט אומשטענדן, טרעט נישט אויף אים שבת, רירט נישט צו א פרוי'ס האנט, עסט נאר כשר. א.א.וו.

דערוויייל האט שוין מתתיהו ערצייגט 4 מוזיק אלבאמען.

  1. שעיק אוו די דאסט. נאוועמבער 1, 2004.
  2. לייוו עט סטאבס. אפריל 19, 2005.
  3. יוט. (יוגנט) מערץ 7, 2006
  4. יוט דאב. מערץ 7, 2006. (פראוויזיע)
  5. light - יוני 2009. אין איר די סינגל One Day.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. דה בוב אנד דה באבא, (הארץ, אקטאבער 9, 2007)
  2. הארץ

װעבלינקען

רעדאַקטירן