משה יצחק געווירצמאן

פשעווארסק׳ע רבי
רבי משה יצחק געווירצמאן
פשעווארסקער רבי
טעקע:רבי משה מפשעווארסק.JPG
געבורט י"ב טבת ה'תרמ"ב
גארליץ, גאליציע
פטירה י' תשרי ה'תשל"ז
אנטווערפן, בעלגיע
קבורה ארט פיטע, האלאנד
חסידות פשעווארסק
פאטער הרב נפתלי אלימלך געווירצמאן
מוטער הרבנית חנה רנדל

הרה"צ ר' משה יצחק געווירצמאן (י"ב טבת ה'תרמ"ב - י' תשרי ה'תשל"ז) (אדער ר' איציקל ווי ער איז גערופן געווארן בלשון חיבה) איז געווען דער ערשטער פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן.

ר' משה יצחק איז געבוירן י"ב טבת ה'תרמ"ב (דעם טאג פון דער יארצייט פון ר' משה פשעווארסקער) אין א דערפל לעבן גארליץ, גאליציע, צו ר' נפתלי אלימלך געווירצמאן, וואס איז געווען א זון פֿון ר' אברהם געווירצמאן פון גארליץ און מרת חנה בריינדל. ר' אברהם איז געווען דעם נועם אלימלך'ס אן אייניקל. ר' איציקל איז געווען צוויי מאל אן אייניקל פון רבי'ן ר' אלימלך פינף דורות. ר' נפתלי אלימלך געווירצמאן איז געווען א שוואגער פונעם שינאווער רב רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון זיין פיפטן זיווג מרת שיינדל וואס איז געווען א טאכטער פון ר אברהם גארליצער.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ווען ר' איציקל איז געווארן בר מצוה האט ער געזען וואו מען מאכט גרויסע צוגרייטונגען, האט ער געפרעגט וואס איז דאס? האט מען אים געזאגט אז ער גייט ווערן א חתן, און ער איז געווארן א חתן צו א טאכטער פון ר' ישכר דוב הכהן גלאנץ, א זון פון מרת צירל טילא ליפשיץ, א טאכטער פונעם אריה דבי עילאי, און אן אייניקל פון הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל. נאך דער חתונה האט זיך ר' משה יצחק באזעצט אין פשעווארסק, גאליציע, דעריבער הייסט ער פשעווארסקער רבי. ער איז געווען א תלמיד פון רבי שמחה ישכר בער האלבערשטאם פון ציעשאנאוו.

נאך דער מלחמה האט ער געוואוינט אין פאריז, פראנקרייך פון תש"ט. אין יאר תשט"ז האט ער זיך באזעצט אין אנטווערפן. ער איז געווען נשיא פונעם גאליציאנער כולל.

ר' איציקל איז אוועק יום כיפור י' תשרי ה'תשל"ז, ער ליגט אין דעם בית החיים אין פיטע, האלאנד.

ר' משה יצחק און זיין ווייב האבן געהאט פינף קינדער. זי מיט פיר קינדער זענען אומגעקומען ביי דער חורבן אייראפע.[1] איין קינד איז איבערגעבליבן.

  • רבי יוסף חיים, איידעם ביי רבי חיים שטיינמעץ, אומגעקומען אין חורבן אייראפע[2]
  • הרבנית אלטע בינא אשת הרה"צ ר' יעקב לייזער זצוק"ל

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. אַרטשיווע קאָפּיע, archived from the original on 2011-10-05, https://web.archive.org/web/20111005174818/http://www.wwiisurvivors.com/showattach.php?id=21, דערגרייכט 2010-07-11 
  2. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור, עמ' 147
פֿריערדיגער:
ערשטער
אדמורי"ם פון פשעווארסק
תשט"ו - תשל"ז
"שיח יצחק"
נאָכפֿאלגער:
הרה"צ ר' יעקב לייזער זצוק"ל.