אומאפהענגיקייט מלחמה

(אַריבערגעפֿירט פון מלחמת העצמאות)

די אומאָפּהענגיקייט־מלחמה אָדער די מלחמה פֿאַר זעלבשטענדיקייט אָדער די באַפֿרײַונגס־מלחמה (אויף העברעיש: "מלחמת העצמאות", "מלחמת השחרור"' אדער "מלחמת הקוממיות") איז די מלחמה וואס איז געווען צווישן די פאלעסטינער מיט די יידן אין ארץ ישראל גלייך נאך וואס דער יו ען האט באשלאסן מען זאל אויפשטעלן א יידישע און אראבישע מדינה אין ארץ ישראל כ"ט בנובמבר, ט"ז כסליו ה'תש"ח (1947). די אראבער וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט, זיינען באלד ארויס א מלחמה קעגן די יידן. אין די ערשטע 4 מאנאטן איז די מלחמה געווען מער ווי א בירגער קריג ווען די אראבער האבן באלעגערט קליינע יישובים און געמאכט דארט טעראר.

אראבישע אטאקע אויף ישראל

ווען דער בריטישער מאנדאט האט זיך גענדיקט דעם 14טן מיי ד' אייר, 1948, האבן פינעף אראבישע ארמייען אינוואדירט די ניי דערקלערטע יידישע לאנד, עגיפטן אין די נגב, אין דרום טייל פון ישראל, יארדאניע אין ירושלים, און די וועגן וואס פירן קיין ירושלים, און די אומגעגנט. לבנון אינעם גליל וואס איז אינעם צפון טייל פון ישראל, סיריע אינעם בית שאן טאל, איראק אינעם צפון טייל פונעם מערב ברעג אין די געגנט פון זשענין, טולקארעם, קאלקיליע.

עגיפטן האט פארמאגט קריגס עראפלאנען, סיריע, און יארדאניען טאנקען,

אבער שפעטער האבן די יידן זיך צוביסלאך אנגעגרייט א מסודרדיקע מיליטער, און ארויס מלחמה האלטן קעגן די פאלעסטינער. די מלחמה האט צום סוף צוגעבריינגט זעלבשטענדיקייט פאר מדינת ישראל.

און די אראבער זיינען געבליבן אָן גארניט (אפילו ניט וואס דער יו־ען האט זיי געוואלט געבן), ווי משה שרת האט געזאגט, די פארייניגטע פעלקער האט צעטיילט פאלעסטינע, 55 פראצענט פאר יידן, און 45 פראצענט פאר אראבער, האבן די אראבער נישט איינגעשטימט, און זענען געגאנגען אין קריג, האבן די יידן געווינען 77 פראצענט פונעם אלטן בריטישן מאנדאט, און עגיפטן און יארדאניע האבן איינגענומען, אדער אנעקסירט, וואס האט געזאלט זיין די לאנד פון אראבערס אין פאלעסטינע.

אין צוגאב האבן געקעמפט זעלבסשטענדיקע קעמפער, ווי די אראבישע באפרייאונג ארמיי פון קאוקדזשי, און פאלעסטינע רעבעלן אונטערן אנפירערשאפט פון מאכאמעד אמין על כוסייני, און זיין נעפע אבדעל קאדר על כוסייני, וואס איז אומגעקומען נאך א קאמף אויף די קאסטעל, איינע פון די בערג, וואס קוקן איבער די שאסיי, וואס פירט קיין ירושלים, קאוקדזשיס ארמיי, איז בעיקר געווען אינעם צפון טייל פונעם לאנד

די מלחמה האט זיך געעענדיקט אָפֿיציעל כ"ג תמוז ה'תש"ט (יולי 20, 1949) ווען דער יו־ען האט אונטערגעשריבן דעם וואפנשטילשטאַנד־אפמאַך מיט סיריע, אבער די שלאכט האט זיך שוין געענדיקט טבת ה'תש"ט.

אין דעם 11טן מײַ 1949 (י"ב אייר, ה'תש"ט) איז ישׂראל אָנגענומען געוואָרן ווי דער 59סטער מדינה־מיטגליד אין דער "יו־ען". די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז געווען דאָס ערשטע לאַנד, וואָס האָט אָנערקענט מדינת־ישׂראל, 11 מינוט נאָך איר פּראָקלאַמירונג. צוויי טעג שפּעטער, איז ישׂראל אויך אָנערקענט געוואָרן דורך דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אין די פאר יאר נאך די מלחמה זיינען איבער א מיליאן יידישע פליטים (צונויפגעלאפענע), שארית הפליטה יידן וואס האבן איבערגעלעבט די שואה, געמאכט עלייה צו מדינת ישראל, צוזאמען מיט פליטים פון אראבישע לענדער וואס זענען געווען געצווינגען צו פארלאזן זייער לאנד.