כ"ט בנובמבר איז אן העברעיש אנערקענונגס-ווארט וואס באטייט דער טאג ט"ז כסלו ה'תש"ח ; 29סטן נאוועמבער 1947. "כ"ט בנובמבר" האט באקומען א "שם" און א סך גאסן אין ארץ ישראל ווערט אנגערופן לויט דעם: "כ"ט בנובמבר".

די יידן זיינען ארויס טאַנצן אין די גאַסן

אין דער טאג האט דער יו-ען באשטימט די ענדע פון דעם בריטישן מאנדאט אין ארץ ישראל און צו אויפשטעלן צוויי באזונדערע מדינות: א יידישע רעגירונג און אן אראבישע רעגירונג, מיט ירושלים אונטער אן אינטערנאַציאָנאַלן קאנטראל.

די אראבער האבן נישט מסכים געווען צום יו-ען פסק, און האבן באלד אנגעהויבן די אומאפהענגיקייט מלחמה, וואס צו דער ענדע האבן זיי אנגעווארן דעם קריג.


דעם יו-ען פארשלאג פון דער פראגראם צו צעטיילן ארץ ישראל איז באשטעטיגט געווארן דורך רוב וויילערס. 33 מדינות האבן געשטימט יא, 13 - אויף ניין, 10 האבן זיך אפגעהאלטן פון שטימען, און איין לאנד איז געווען אפוועזנד.