עליה
(אַריבערגעפֿירט פון עלייה)
- דער ארטיקל דיסקוטירט עליה צו דער תורה. טאמער זוכט איר עליה אין ארץ ישראל, זעט עליה אין ארץ ישראל.
עליה (מ"צ עליות) איז טייטש ארויפגיין. געוויינטלעך מיינט דאס ווען איינער ווערט אויפגערופן צו דער תורה און מען ליינט פאר פאר אים א פרשה אין דער תורה.
די ערשטע עליה גיט מען א כהן, און די צווייטע עליה א לוי. די אנדערע עליות גיט מען ישראלים. אום שבת און יום טוב קען מען געבן די עליה "מפטיר" סיי א כהן סיי א לוי סיי א ישראל. אויך, שבת קען מען מאכן הוספות; אין אזא פאל הייסט די לעצטע עליה פאר מפטיר "אחרון". די אחרון עליה קען מען אויך געבן יעדעם איינעם.
דער וואס האט אן עליה הייסט דער "עולה". פאר דער עליה זאגט ער ברכו און מאכט ער די ברכה "אשר בחר בנו. נאך זיין עליה זאגט ער די ברכה "אשר נתן לנו תורת אמת".