מיכל יהודה ליפקאוויטש
הרב מיכל יהודה ליפקאוויטש (גבוירן כסלו ה'תרע"ד, דעצעמבער 1913 – כ"ו סיון ה'תשע"א, 27סטן יוני 2011) איז געווען ראש ישיבה פון דער פאנאוועזשער ישיבה קטנה, א מיטגליד פון דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה און איינער פון די פירער פונעם ליטווישן ציבור.
געבורט |
1913 וואלאזשין, בעלארוס |
---|---|
טויט |
27 יוני 2011 (אלט 98 בערך) ירושלים |
מדינה | ישראל |
פאך | רב |
אַמט | ראש ישיבה |
אין זיין לעבן לעפקאוויטש איז געווען גראדע הגאון הגדול, אבער נאך זיין טויט איז ער געווארן א מרן.
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןר' מיכל יהודה איז געבוירן געווארן כסלו תרע"ד אין וואלאזשין (היינט בעלארוס) צו זיין פאטער רב משה דוד ליפקאוויטש און זיין מוטער חיה. יונגערהייט האט ער געלערנט אין א חדר. אחוץ פון דעם האט זיין פאטער געדונגען פריוואטע מלמדים פון זיין שוואכן געהאלט. ביי די צוועלף יאר איז ער געפארן קיין לידא צו לערנען אין ישיבה הקטנה. ער האט געפייערט זיין בר-מצווה מיט זיינע חברים אין ישיבה, ווען זיינע עלטערן זענען געווען אין וואלאזשין. שפעטער איז ער געפארן אין ווילנע צו לערנען אין דער ראמיילעס ישיבה ביים ראש ישיבה, הרב שלמה היימאן, וועמען ער האט געהאלטן פאר זיין רבי מובהק. נאך דריי יאר איז ער צוריקגעפארן אהיים קיין וואלאזשין, וואו זיין פאטער איז נפטר געווארן אין תרצ"ב.
ל"ג בעומר ת"ש (1940) האט ער געהייראט חוה אסתר גרשונאוויטש, די טאכטער פון רב אברהם יצחק גרשונאוויטש, אב"ד זשאבינקע און ראש ישיבה פון ישיבת תפארת ציון אין בני ברק. דער שדכן איז געווען דער חזון איש, וואס האט אים געפירט אונטער דער חופה. גלייך נאך דער חתונה האט מען אים באשטימט א ר"מ אין ישיבת תפארת ציון. אין דער זעלבער צייט האט ער געלערנט אין דעם "תורת ארץ ישראל" כולל אי פתח תקווה און אינעם זכרון מאיר כולל (היינט הייסט ער "כולל חזון איש".
זיינע תלמידים
רעדאַקטירןצווישן זיינע תלמידים אין ישיבת תפארת ציון זענען געווען:
- הרב חיים קאניעווסקי
- הרב נסים קארעליץ
- הרב מאיר צבי בערגמאן
- הרב דב צבי קארלנשטיין.
- רבי אברהם גאלדמאן, זוועהילער רבי
זיין משפחה
רעדאַקטירןרבי מיכל יהודה האט חתונה געהאט מיט חוה אסתר גרשונאוויטש. זייערע קינדער:
- הרב משה דוד ליפקאוויטש, איידעם ביי הרב מרדכי זעליוואנסקי; ער איז משגיח פון ישיבת באר יעקב, משגיח פון ישיבת משכנות התורה, ר"מ אין ישיבת בית דוד און רב פון דער היכל משה שול אין בני ברק.
- הרב אברהם יצחק ליפקאוויטש, איידעם ביי הרב בן ציון פעלמאן פון בני ברק; ער איז א ר"מ אין בית מדרש עליון.
- די ווייב פון רב בנימין ביינוש קארלאַנסקי, ר"מ אין דער פאנאוועזשער ישיבה קטנה (נפטר ז' סיון תשס"ו). זיי האבן אן איידעם הוא יצחק שאול קאניעווסקי, א זון פון רב חיים קאניעווסקי, און נאך אן איידעם אליעזר שטיינמאן, אן אייניקל פון הרב אהרון יהודה לייב שטיינמאן און הרב חיים קאניעווסקי.
- די ווייב פון רב בנימין דוד אלישיב, זון פון הרב יוסף שלום אלישיב; ער איז ראש כולל תפארת בחורים, און מחבר פונעם ספר "יד בנימין".
- די ווייב פון הרב משה אליהו שווארץ, ר"מ אין ישיבת מאור יצחק (חמד).