רבי אברהם גאלדמאן (תרצ"ד - י"ב טבת ה'תש"ע) איז געווען דער זוועהילער רבי. זיינע תורות זענען געדרוקט אין "אור אברהם".

אברהם גאלדמאן
געבורט 1 אקטאבער 1933
אלטשטאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 דעצעמבער 2009 (אלט 76) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אברהם איז געבוירן סוכות תרצ"ד[1] אין ירושלים צו זיין מוטער אסתר שיינא רחל און פאטער רבי מרדכי פון ירושלים, א זון פון רבי גדליה משה, א זון פון רבי שלאמקע זוועהילער, א זון פון רבי מרדכי, רב אין זוועהיל, א זון פון הרב יחיאל מיכל גאלדמאן פון זוועהיל, אן אייניקל פונעם זלאטשאווער מגיד.

זיין געשיכטע

רעדאַקטירן

ביי די 12 יאר האט רבי אברהם אנגעהויבן לערנען מיט רבי אהרן ראטה, דער גרינדער און דער ערשטער רבי פון דער שומרי אמונים - תולדות אהרן דינאסטיע. ער איז געווען א תלמיד אין ישיבה תפארת ציון אין בני ברק וואו ער פלעגט לערנען מיט רבי מיכל יהודה לעפקאוויטש. זעכציג יאר שפעטער (בערך אין תשס"ה האט רבי אברהם באזוכט הרב לעפקאוויטש און איבערגעחזרט פון אויסענווייניג א שיעור וואס זיי האבן געלערנט צוזאמען אין ישיבה, און דער גאון הרב לעפקאוויטש איז געווען דערשטוינט פון זיין זיכרון.[2]

אין יאר תשל"ח האט ער איבערגענומען די רביסטעווע נאך זיין פאטער'ס פטירה.

רבי אברהם האט געהייראט מרת איטא מרים סימא (תרצ"ו - א' אייר תשע"ד), די טאכטער פון ר' מרדכי שטערנבערג און זיין ווייב מרת גיטל.‏[3][4]

זייערע קינדער זענען:

  • רבי גדליה משה, זוועהילער רבי
  • רבי שלמה, זוועהילער רבי
  • רבי שמואל דוד, ראש ישיבה פון דער זוועהילער ישיבה לצעירים
  • די ווייב פון רבי ירמיה ראבינאוויטש, ביאלא־לענטשנער רבי פון בית שמש
  • רבי שאול
  • רבי יצחק
  • רבי יוסף
  • רבי זאב
  • רבי יעקב לייב
  • די ווייב פון רבי שלמה האפשטיין פון ביתר עילית

זיינע ברידער זענען: הרב שלמה גאלדמאן (איידעם פון דעם צאנז-קלויזנבורגער רבי) - זוועהיל-צאנזער רבי אין אמעריקע; הרב יעקב גאלדמאן - איידעם פון הרב משה בערגמאן; הרב דוד גאלדמאן - רב פון די זוועהילער חסידים אין בני ברק. זיין שוועסטער בתיה חיה איז די ווייב פון הרב אברהם חיים ראטה, דער שומרי אמונים רבי.

רבי אברהם איז נפטר געווארן י"ב טבת ה'תש"ע און איז באערדיקט אין דער זוועהילער חלקה אין הר הזיתים.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן