מיכאל שניצלער
מיכאל שניצלער (י"ח אב ה'תשכ"א, 7 באוגוסט 1961 – כ"ג ניסן ה'תשפ"ג,) איז געווען א חרדישער זינגער ביי חתונות אין חוץ לארץ.
געבורט |
7 אויגוסט 1944 י"ח אב ה'תשכ"א פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
14 אפריל 2023 (אלט 78) כ"ג ניסן ה'תשפ"ג מאנסי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
פאך | זינגער |
michoelschnitzler | |
מיכאל איז געבוירן י"ח באב ה'תשכ"א צו זיין טאטן ר' זושא שניצלער, א מלמד אין דער סאטמארער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג.
ער איז געווארן א יתום אלס בחור פארלירנדיג זיין טאטע וועלכער איז אוועק אין עלטער פון בלויז 49 יאר אלט, איבערלאזנדיג א שטוב מיט קינדער. מיכאל איז דאן געפארן לערנען קיין טאהש אין דער ישיבה פון דעם טאהשער רבי. אלס בחור איז ער באקאנט געווארן אלס א גוטער אונטערהאלטער דורכן שפילן א טאטע אויפן באקאנטן שפיל "דער העלדישער סאלדאט", וואו ער איז שטארק באקאנט געווארן מיט זיין הארציגער שטימע.
נאך דער חתונה האט ער זיך באזעצט אין קרית יואל. דארט האט ער איינמאל געזינגען אויף א שמחת בית השואבה, וואו ער האט געהויבן דעם גאנצן בית המדרש אין דער לופט. דאן איז צוגעקומען צו אים איינער פון קרית יואל און אים גערופן זינגען אויף זיין קינד'ס חתונה. מיכאל איז דאן אריינגעשלעפט געווארן אין דער וועלט פון זינגען און האט שוין ארויסגעגעבן אסאך קאסעטעס, ספעציעל יודישע גראמען וואס ווערט צעכאפט זייער שנעל.
ער האט געוואוינט א שטיק צייט אין מאנסי און דאן אין סי געיט, היינט צוטאגס האט ער זיך באזעצט אין בארא פארק.
זיין קאריערע האט צוגעפירט גרויסע זינגער בדחנים צו זייער היינטיגע גרויסקייט. ווי צום ביישפיל ליפא שמעלצער, פינקי וועבער, וואס האבן אנגעהויבן זייער קאריערע דורך מיכאל.
לעצטנס ווערט ער גענוצט פאר מאדעלינג אויכעט, זייענדיג א חרדישער פיגור, און א גרויסער אויפטוהער אין דער וועלט פון היימישע פארוויילונג.
זיין די ווי די ״דער טאטע הערט״ ווערט שוין היינט אויסגעשפילט אינעם פראגראם פון עירליינס פארוויילונג, וואס באפרידיגט די רייזנדע מיט היימישער סחורה.
אסרו חג פסח תשפ״ג האט כלל ישראל פלוצלינג פארלוירן דעם טייערן ר׳ מיכאל פון א הארץ אטאקע.
צווישן זיינע אלבאמען ציילן זיך:
- א אידישע שמחה
- שמחה חסידית
- רקידה תמידית
- וברוכים הם
- שמחת בית השואבה
- טאנץ מיט לחיים
- חתונה פונעם יונגסטן
- און די אידישע פון די "נשמה פלאם" סעריע
- יידן דערציילן
- דער טאטע הערט
- ברכת הבנים
- מיין קינד טרעף מיך
- יא, דו קענסט
- א נקודה'לע
- מימיני מיכאל
- לעבעדיגע ספרי תורה
- שבתון