מוסטער:Portal:Current events/2007 פֿעברואַר 2
- ר' דוקי גרינוואלד פארזיצער פון הצלה ישראל אין ביטערן אינטערוויאו מיטן הארץ (צייטונג) באשולדיגט זיין קאנקורענט איחוד הצלה אלס א פאראייניגונג פון קנאים וואס זענען בלויז אינטערסירט אין ציונות און אין צניעות, מיט א קליקע געלט גייציגע עסקניםלעך וואס ער האט אויפגעהאדעוועט און זיי האבן אין אים ווידערגעשפעניגט. ערקלערט אז ביזן פטירה פון ר' משה האלבערשטאם דער רב פון הצלה און חבר הביד"ץ פון עדה החרדית האבן זיי זיך די קאפ נישט געקענט אויפהייבן. ווערט קאנפראנטעט מיט בילדער וויאזוי ער האט געטוישט נעמען פון נדבנים אויף די זעלבע מאטאר ביציקלעך ארויסצופאפן פון זיי געלט דורך א פאלטש צערמאניע. איחוד הצלה עסקן זוהן פון לעגענדארע עסקן ר' יהושע פולק אפערט צו געבן שוחד פארן זשורנאליסט ער זאל נישט באשרייבן זייער מסירה קעגן הצלה ישראל. (הארץ)
- ירושלים: לכבוד ט"ו בשבט הרב בצרי דער גרויסער קאבאליסט רעכט אפ מאסן תפילה פאר א זיווג הגון פאר די טויזענטע בחורים און מיידלעך וואס נויטיגען זיך אין שידוכים. (הצופה)
- ר' צבי מאיר זילבערבערג פירט זיין טאכטער אונטער די חופה. בילדער און ווידיאו קליפ פון די חתונה. (חדשות אנ"ש)
- וויליאמסבורג: פייער אין קאלעמענטי פראזשעקטס, קיינער געשעדיגט. (עי.בי.סי.)
- סענאטאר הילערי קלינטאן רופט צו פארהאנדעלן מיט איראן פאר מלחמה מיט זיי, אין פארענט פון ציוניסטישער פארטי אין טיימס סקוועיר. (ניו יארק פאוסט)