מארינע גארדאן

(אַריבערגעפֿירט פון מאַרינע גארדאן)

מאַרינע גארדאן (געב' 11טן דעצעמבער 1917 - געשט' דעם 13טן דעצעמבער 2013) איז א יידישע קאָלאָראַטורע סאָפּראַן זינגערן.

מארינע גארדאן
קיין פריי בילד
געבורט 11 דעצעמבער 1917
מינסק, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 13 דעצעמבער 2013 (אלט 96)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מארינע ("מאשע") גארדאן איז געבוירן געווארן דעם 11טן דעצעמבער פון 1917 יאר אין מינסק, ווייסרוסלאנד (היינט בעלארוס). זי איז געווען איינע פון אכט טעכטער פון יוסף און שיינדל גארדאן. זייער היים איז געווען באַוווסט מיט ליבע צו ייִדישע לידער,וואס די מיידלעך פלעגן ירשענען פון זייערע מאמעס. א חוץ איר אייגענער מאמע, האט די יונגע מאשע געהערט אזוינע מוסטערן פון פרויישן געזאנג ווי סאניע דרוקער, די קינפטיקע פרימאדאנע פון מינסקער אפערע, און ראזע פלאטקינע, די אויספילערן פון יידישע פאלקס-לידער.צו זעכצן יאר אלט,איז מאשע אנגענומען געווארן שטודירן געזאנג אין דער לערן-סטודיע פון מינסקער אָפּערעַ .דערנאָך זעצט זי פאר אירע שטודיעס אין דער מינסקער קאנסערוואטאריע. נאך שפעטער ווערט זי אויסגעוויילט צו לערנען אין דער שול פאר טעאטער און מוזיק אויף גלאזונאוו'ס נאמען אין מאסקווע. די דאזיקע שטודיעס האט זי באוויזן צו פארענדיקן ערשט נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה. באנאנד מיט אירע שטודיעס, ווערט זי אנגענומען אלס א סאליסטן אין דעם מלוכישן עסטראדע-ארקעסטער פון פססר אונטער דער לייטונג פון וויקטאָר קנושעוויצקי. בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה גייט זי פרייוויליק אוועק אין די רייען פון פאלקס-פארטיידיקונג,שפעטער ווערט זי גערופן צו מיליטער-דינסט,טרעטנדיק ארויס אין באשטאנד פון מיליטערישע קאנצערט-אנסאמבלען פאר די סאוועטישע זעלנער. נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה איז מארינע גארדאן א סאליסטן פון מאסקווער עסטראדע. אין יאר 1977 וואנדערט זי זיך אריבער אין די פאראייניקטע שטאטן,ווו זי איז נפטר געווארן אין ניו-יארק.

מארינע גארדאנ'ס פראפעסיאנעלע טעטיקייט האט זיך אנגעהויבן מיט אויספילן פון מיטצייטיקע רוסישע און ווייסרוסישע זינגלידער. זי איז געווען די ערשטע אויסצופילן פיל לידער פון אזוינע ריזן פונעם סאוועטישן זינגליד ווי איסאאק (יצחק) דונאיעווסקי, יורי מיליוטין, די ברידער פאקראס. אין יאר 1956, נאך גרויסע מאטערנישן צו באקומען א דערלויבניש פון די סאוועטישע מאכטן, ווערט דורכגעפירט אין מאסקווע א קאנצערט פון יידישער ליטעראטור און מוזיק – צום ערשטן מאל נאך דער טרויעריק בארימטער "נאכט פון הרוגי לוביאנקע", וואס האט קולמינירט סטאליןפאגראם איבער יידיש (נאר ניט געמאכט נאך דערצו קיין סוף). מאַרינע גארדאן האט זיך באטייליקט אין יענעם קאנצערט מיט עטלעכע מוסטערן פון יידישע לידער געשאפענע פון היינט צייטיקע יידישע קאמפאזיטארן אויף די ווערטער פון יידישע פאעטן אינעם ראטן-פארבאנד. זינט דעמאלסט זעצט זי פאר איר טעטיקייט צו פאפולאריזירן יידישע לידער געשאפענע פון אירע מיטצייטלער און פריינט – די קאמפאזיטארן לייב יאמפאלסקי, לייב פולווער, שמואל פאלאנסקי, שמואל סענדעריי און רבקה באיארסקע אויף די ווערטער פון די דיכטער מאטל גרוביאן, שמואל ראסין,אהארון קושנעראוו, פרץ מארקיש, אהרון ווערגעליס, לייב קוויטקא און אנדערע. א טייל פון די דאזיגע לידער האט מען רעקארדירט אין דער באגלייטונג פון פראמינירטע פיאנא-קאנצערטמייסטער (אריינגערעכנט דוד אשכנזי – דעם פאטער פונעם בארימטן פיאניסט וולאדימיר אשכנזי), ווי אויך אינסטרומענטאלע אנסאמבלען און א גרויסן ארקעסטער אונטער וועלוול טערלעצקי'ס לייטונג. מארינע גארדאנ'ס שטים ציט צו צוליב איר "זילבערנער" קלארקייט און שטארקייט. איר דיקציע איז א מוסטערהאפטע. איר אוספילערישע מאניר צייכנט זיך אויס מיט א שטארקער מוזיקאלישקייט,ערנסטקייט און טיפקייט.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • ריטא אטענס. "איך קאן שטאלצירן מיט דער קונסט פון מיין פאלק"."נייע צייטשריפט פאר מוזיק", נומער 4, 2006, שאט ווערגא פארלאג, מיינץ, דייטשלאנד (אין דייטש)